|
עבד עברי היקר צפרא דמרא טב
יישר כוחך וחילך אויף צוברענגען א הלכה וואס איז יעצט מבדרא בי מדרשא, לפענ"ד אבער דארפסטו מגיה זיין אפאהר זאכן פון דיין ארטיקל...
די טשיקן איז טאקע דומה צו די קיבריצער הינער און צו אינדיקעס, אויכעט צו פיפל-אקסן און דשזאבויס. די שאלה איז אבער נאר מחמת א מנהג, נישט קיין דאורייתא און אויך נישט קיין דרבנן.
סאיז אויך פשוט א שאלה אין מציאות נישט אין הלכה, צו סאיז דאס זעלבע מין צו נישט.
משא"כ די אנדערע זאכן וואס דו האסט אויס גערעכנט. זענען ריין הלכה שאלות.
די ווערעמדיגע פלאונדער פיש אמאל. איז א הלכה שאלה. צלמים .איז א הלכה שאלה, (ער ז"ל איז אסאך מאהל אזוי גערעכט געוועהן. און האט אויך פלענטי אויפגעטאהן ,למשל ביי עטרות פון טליתים, ואכמ"ל)
"די גאנצע מעשה מיט וואסער וואס מען נוצט שוין אזוי איבער הונדערט יאר . איז אויך נאר א דמיון אז עס איז דא ווערעם כלשון הבעל ערוך השלחן סימן פ"ד. "
אין הנידון דומה לראיה, דער ערוך השולחן רעדט פון באקצילען, BACTERIA GERMS
משא"כ דאס וואסער אין שטאט קען יעדער איינער זעהן די ווערעם מיט די פליישיגע אויגן, - אויב ער האט א נארמאלע גוטע ראיה - סאיז א הלכהדיגע דאורייתא שאלה, שאפשר לברורי
סטראבעריס, איז אויך ממש כנ"ל
חלב איז געוועהן א פשוטער עם הארצות וחסרון ידיעה פון רבנים. אז ביי די גאנצע עלי פראסעסינג איז נישט דא עד היום הזה קיין איין מנקר מוסמך מיט קבלה! וכדי בזיון וקצף
" זאל מען מברר זיין דורכן קאמפיוטער און די דזשינס . אויב דאס איז די זעלבע עופות. " א הלכה שאלה
"טאמער מען קען זיך פארלאזן אויפן קאמפיוטער ביי ספרי תורה און תפילינס וואס דאס איז דאורייתא."
שקר גמור קיינער פארלאזט זיך נישט אויפן קאמפיוטער אליין.
:צווייטענס . יתלה בביטול תורה . איז פשט אז ער זיצט אין א כולל און ער האלט נישט ביים לערנען . זוכט ער זיך סענזאציעס וואס צו טון. דאס מיינט די גמרא "יתלה בביטול תורה" ער זוכט צייט מבטל צו זיין . ער וויל זיך נישט פלאגן איבער אביי ורבא אדער א שטיקעל מהרש"א אדער מגן אברהם . פרייט ער זיך אז מען קען רעדן פון סענזאציעס.
אפשר ביזטו גערעכט אבער מי יודע צו פארדעהם האט דער בוכ"ע נישט באשאפן דעי מין כולל יונגעלייט...
|