נייע שערורי' וועגן אויל
עפעס רודערט זיך וועגן פראבלעמען ביי כשרות פון אויל. איך זאג קלאר איך ווייס נישט פונקטליך וואס גייט פאר, א באקאנטער מיינער, א ליטוואק, האט מיר פארציילט אז ר' שמואל בירנבוים ראש ישיבת מיר האט עפעס געטאן אין דעם. כ'אב נאר געהערט עפעס אזוי על קצה המזלג.
און מיט דעם ווענד איך מיך דא צו מיינע זיסע קאלעגען, ר' עבד עברי און ר' באטשי: איך האב ממש נישט קיין צייט יעצט (אויסער וואס מיין קאמפיוטער איז געווען צובראכן א לאנגע צייט און כ'אב נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו קומען בכלל דא אויפן פארק, אבער כ'וועל עס נאך משלים זיין בעז"ה. אבל על של עתה באתי). ממילא בעט איך אייך איר טוט דאך אביסל אין דעם, מזכה צו זיין דעם עולם בעניני כשרות זייט מברר וואס עס גייט פאר און לאזט דעם עולם וויסן.
ייש"כ למפרע
|
|