אדמו"ר מסטראזניץ איז מוחה אויף פריע שבת מנין
פארציילט מיר א חבר מיינער אז שוין אפאר יאר וואס עס איז דא א פריע מנין פרייטאג צו נאכטס אין סטראזניצער שול אין וויליאמסבורג ווי מען שטעלט זיך דאווענען מנחה בערך א האלבע שעה פאר'ן זמן הדלקת הנרות, די פארגאנגענע שבת איז די סטראזניצער רבי אריינגעקומען פאר ברכו און געזאגט א פייערדיגע דרשה אז עס איז בשום אופן נישט ערלויבט צו מאכען אזא מנין אין זיין ביהמ"ד.
ווייסט איינער אויב עס איז דא א הלכה'דיגע שאלה אויף פרי מקבל שבת זיין ווייל עס איז כמעט נישט דא אין וויליאמסבורג אזא זאך, משא"כ אין ב"פ איז עס מער אנגענומען.
|
|