נשלח ב-8/6/2007 18:49
וויפיל, ווען, און פון וועם מעג א מוסד גנב'ענען? עפעס האט זיך מיר א סקווערער חסיד אפגערעדט, אז פאר פסח האט הנגיד החשוב ר' בנציון דוננער פון לאדנאן געשיקט אסאך געלט קיין באבוב צו פארטיילן פארן עולם, סיי פאר די כולל יונגעלייט און סיי פאר די ארבעטארע'ס, און אפאר יונגעלייט אין סקווער, האט זיי וויי געטאן פאר ער שיקט נישט פאר זיי אויך (כידוע איז ער א חסיד פון באבוב און פון סקווער), נאך א לענגער בירור זענען זיי געוואר געווארן אז ער האט טאקע יא געשיקט, נאר מען האט עס גע'לקח'נט און אריין געלייגט אין די קאסע פון די מוסדות.
ווען די יונגעלייט זענען געוואר געווארן האבן זיי אנגעהויבן פארפירן און געלאפן צו דעם מר. פישל, איז אנשטאט צו פארעכטן האט ער געגעבן די יונגעלייט אפאר דאללער אין טאש אריין און געהייסן שווייגן.
אצינד וויל איך וויסן צו א מוסד האט סיי וועלכע היתר צו באגנב'ענען זייערע אייגענער עולם און האלטן דאס געלט פאר זיך?
נשלח ב-15/6/2007 21:22
אין הכי נמי, דו פלאצט פון אלע, נאר דו נעמסט איינס אויף אמאל... לכאורה האסטו עפעס א ספעציעלע חשבון מיט סקווירא, צי דו ביסט פון א קאנקורינדע משפחה אדער מחותן וד"ל.
נשלח ב-15/6/2007 07:12
לכבוד האדם הגדול באנכיםר' אי עם תי
איך מיין באמת אז ס'פעלט גארנישט אויס צו זאגן דיינע תגובות מלא מדע וחכמה זאגן שוין אלעס.
אבער לאמיר בקצרה איבערגיין. איך פלאץ אויף סקווער וואס האט אזא תומך ווי דוננער.
פארוואס זאל איך נישט פלאצן אויף באבוב וואס האט עם אויך און זיי האבן אויך פרישוואסער און אויך אייזיק דייטש און אויך......... און אויך............. וגו' וכו' און באבוב האט דאס געמאכט אסאך שנעלער ווי סקוווער.
פארוואס זאל איך נישט פלאצן אויף סאטמאר וואס האט מאיר זעליג ריספלער, יצחק ראזנבערג, ישעי' וואלף לעוו, ועוד ועוד.
אדער אויף בעלזא וואס האט מיליאנערן וואס האבן זיי אויפגעבויעט דעם שענסטן גרעסטן ביהמ"ד אויף דער וועלט, מיט נאך כמה וכמה בנינים אדירים.
אדער אויף פאפא וואס בליעט און וואקסט אלס איינע פון די שענסטע קהילות מיט גרויסע גבירים, גרויסע מוסדות און הערליכע גרויסע בנינים.
און אויף נאך אסאך אנדערע הויפן כל אחד בשמו הטוב יבורך.
מיט דעם האב איך אנגעהויבן ועוד חזון למועד
נשלח ב-14/6/2007 05:50
באטשי און געדאנקן, איר ליידט אויך אויף עפעס? איך האב בסך הכל געפרעגט "}גביר אדיר" וואס אים קוועטשט, אז ער זאל דארפן דא באקן אזא מעשה, שטעלט איר זיך צו מיט אייערע בויך ווייטאגן. א גוטע נאכט
נשלח ב-13/6/2007 19:03
איך האלט זיכער אז עס איז שקר. בכלל זענען רוב שמועות אויף די גרויסע געלטער וואס כל מיני יחידים היבש איבערגעטריבען, די משולחים לאזען דאס ארויס כדי אנדערע זאלן אויף מוזין צולען.
נשלח ב-13/6/2007 07:36
ווי קומט אריין אין געשעפט וועגען סקווירא מיט זייערע שגיונות און נארישקייטען.
מען רעדט צו זיי האבען געגנב'ט געלט.
און כל זמן עס איז נישט פעסטגעשטעלט איז עס סתם גערעדעכץ, און כדאי צו דערמאנען, אז מען טאר נישט גלייבען.
און אה"נ, איינער וואס גלייבט נאר ווייל עס איז געשטאנען דא אין היידפארק איז א היבשע טיפש אויך.
נשלח ב-12/6/2007 15:46
געדאנקען שקויעך פאר'ן פארגעסענעם לינק
קומסט מיר נאך דעם ניגון אויף די ווערטער סקווירא סקווירא סקווירא סקווירא. קדושה טהרה חכמה וכו'
איך מיין דער ניגון פון וכולם מקבלים...
נשלח ב-12/6/2007 07:59
EMT איך בין אויכט זייער מקנא סקווירא!, אבער וואס זאל איך טאן די וועלט שטייט נאר א דאנק זיי, מוז איך לעבען אזוי
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2188244
נישט נאר סקווירא בין איך מקנא נאר אויכט די,
נישט נאר דיר נאר אויכט דיין טאטע, מאמע, זיידע, באבע.........
וואס זאל איך טאן?
אפשר ווער איך אויכט א סקווירער!
_________________
נשלח ב-12/6/2007 00:10
EMT איך הייב שוין אהן צו גלייבן די מעשה. א גלאטער ליגנט וואלט דיך נישט אזוי אונטערגעצונדן...
נשלח ב-11/6/2007 22:04
גביר אדיר, וואס דרוקט דיך? וואס לאזט דיך נישט שלאפן ביינאכט? דו פלאצט פאר קנאה אז די קהילה קדושה סקווירא האט אזא "אמת'ע גביר אדיר " ווי הטפסר המרומם והנכבד ר' בנציון דוננער? צו פלאצטו פאר קנאה אויף דעם הערליכן ישוב "שיכון סקווירא" מיט אריבער טויזנט פרומע ערליכע משפחות? צו די גרויסע ישיבה און מוסדות פון סקווירא? די כוללים מיט איבער 500 אינגעלייט אין "שיכון סקווירא"? צו די טויזנטער חסידים ומעריצים פון סקווירא איבער דער וועלט? צו די הערליכע מלכות'דיגע חתונות עטליכע מאל א יאר, ווי עס איז געווען פאריגע וואך? גיי עפן א מוסר ספר, און ארבעט אויף דיין קנאה תאוה וכבוד פאר דו פרובירסט פארקויפן שקרים וכזבים אויף א חשובע עדה קדושה. בדרך אגב, הרב בנציון דוננער איז געווען משב"ק ביים סקווירער רבי'ן שליט"א בליל החתונה, ער איז געווען דער סארווער פאר דעם רבי'ן ביי די סעודת החתונה.. (ער איז אין יאר).
נשלח ב-11/6/2007 07:27
על פי הלכה איז דא א חיוב נישט צו זיין דא אויפן וועב.
על פי הלכה איז דא א חיוב נישט צו גלייבן כמעט יעדע זאך וואס ווערט דא געשריבן, נישט נאר דאס וואס עס שמעקט דיר נישט
איך האב ס"ה געשריבן וואס איך האב געהערט פאריגע וואך פון א סקווערער יונגערמאן מסיח לפי תומו, ער האט נישט געהאט קיין אינטערעס צו באשמוצן זיין קאמפעני. אבער סתם אזוי דערצייל איך דיר אז כ'אב געמאכט א ביסל ריסוירטש אויף דעם ענין און ס'יז יש דברים בגו.
געפעלט דיר נישט? מיר אויך נישט, טו בעד פאר באוט אף אס.
נשלח ב-11/6/2007 07:13
על פי הלכה, איז דא א חיוב נישט צו גלייבען די מעשה וואס גביר אדיר שרייבט.
נשלח ב-8/6/2007 20:34
לפענ"ד איז דער שליח וואס האט באקומען דאס געלט אשומר, אין אויב ער נעמט עס פאר זיך אדער ער גיט דאס פאר עמעצן אנדערש, איז ער א פלעינער שולח יד, אדער גזלן, אדער עושק וכל שום וחניכא דאית ליה מדאוריתא. אקיצער מקען איהם אפיציעל אויף רופן צום ספר יעמוד מורה מורינו הרב הגנב ר' ... אין הלכה איז נישט פארהאן דער מושג "מוסד" פונקט ווי סאיז נישט פארהאנען קיין קארפארעשן. סאיז דא מענשטן אין זיי זענען מחוייב במצוות. דאס איז בדיני תורה. בדיניהם האט א דין ווי א פאסט טרעגער וואס גאנוועט די ענוועלעפס. איך מיין אז פון דריי ביז צעהן יאהר.
נשלח ב-8/6/2007 19:39
קודם דארף מען וויסן צו האט ער טאקע געשיקט דאס געלט אויסצוטיילן פאר אינגעלייט דייקא אדער סתם געשיקט א סכום פאר די מוסדות נאר באבוב האט געטיילט דערפון א חלק אדער די גאנצע פאר אינגעלייט.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.