עפעס האט זיך מיר א סקווערער חסיד אפגערעדט, אז פאר פסח האט הנגיד החשוב ר' בנציון דוננער פון לאדנאן געשיקט אסאך געלט קיין באבוב צו פארטיילן פארן עולם, סיי פאר די כולל יונגעלייט און סיי פאר די ארבעטארע'ס, און אפאר יונגעלייט אין סקווער, האט זיי וויי געטאן פאר ער שיקט נישט פאר זיי אויך (כידוע איז ער א חסיד פון באבוב און פון סקווער), נאך א לענגער בירור זענען זיי געוואר געווארן אז ער האט טאקע יא געשיקט, נאר מען האט עס גע'לקח'נט און אריין געלייגט אין די קאסע פון די מוסדות.
ווען די יונגעלייט זענען געוואר געווארן האבן זיי אנגעהויבן פארפירן און געלאפן צו דעם מר. פישל, איז אנשטאט צו פארעכטן האט ער געגעבן די יונגעלייט אפאר דאללער אין טאש אריין און געהייסן שווייגן.
אצינד וויל איך וויסן צו א מוסד האט סיי וועלכע היתר צו באגנב'ענען זייערע אייגענער עולם און האלטן דאס געלט פאר זיך?
נשלח ב-8/6/2007 19:39
קודם דארף מען וויסן צו האט ער טאקע געשיקט דאס געלט אויסצוטיילן פאר אינגעלייט דייקא אדער סתם געשיקט א סכום פאר די מוסדות נאר באבוב האט געטיילט דערפון א חלק אדער די גאנצע פאר אינגעלייט.
אקיצער מקען איהם אפיציעל אויף רופן צום ספר יעמוד מורה מורינו הרב הגנב ר' ...
אין הלכה איז נישט פארהאן דער מושג "מוסד" פונקט ווי סאיז נישט פארהאנען קיין קארפארעשן. סאיז דא מענשטן אין זיי זענען מחוייב במצוות.
דאס איז בדיני תורה.
בדיניהם האט א דין ווי א פאסט טרעגער וואס גאנוועט די ענוועלעפס. איך מיין אז פון דריי ביז צעהן יאהר.
נשלח ב-11/6/2007 07:13
על פי הלכה, איז דא א חיוב נישט צו גלייבען די מעשה וואס גביר אדיר שרייבט.
נשלח ב-11/6/2007 07:27
על פי הלכה איז דא א חיוב נישט צו זיין דא אויפן וועב.
על פי הלכה איז דא א חיוב נישט צו גלייבן כמעט יעדע זאך וואס ווערט דא געשריבן, נישט נאר דאס וואס עס שמעקט דיר נישט
איך האב ס"ה געשריבן וואס איך האב געהערט פאריגע וואך פון א סקווערער יונגערמאן מסיח לפי תומו, ער האט נישט געהאט קיין אינטערעס צו באשמוצן זיין קאמפעני. אבער סתם אזוי דערצייל איך דיר אז כ'אב געמאכט א ביסל ריסוירטש אויף דעם ענין און ס'יז יש דברים בגו.