בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שומרים פון בארא פארק - גארנישט ווערט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2007 06:55 לינק ישיר 
שומרים פון בארא פארק - גארנישט ווערט

די פרייטאג בין איך געפארן אויף פארט העמילטאן מיט מיין קאר און פראנט פון מיר שטעלט זיך אפ א שייגעץ אימיטן די גאס און ער נעמט זיך שמיעסן מיט איינעם, איך געב א פייף, אבער ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, האב איך אים געוואלט אויסקרויסען פון די רעכטע זייט, אזוי ווי ער האט געזעין אז איך וויל אים אויסקרויסן האט ער זיך געגעבן א ריק צו די רעכטע זייט און געמאכט א שארט סטאפ, איך האב געזעין אז ער איז געבליבן שטיין, און אויף די לינקע זייט פון די גאס איז געווען גענוג פלאץ, האב איך זיך אנגעהויבן צו ריקן אויף לינקס, און ווי נאר ער האט געזעין אז איך ריק זיך לינקס האט ער זיך אויך גערוקט לינקס, און אזוי האט זיך די מעשה איבער גע'חזר'ט א פאר מאל,
נאך א פאר מאל איז די שייגעץ ארויס פון זיין קאר און ער איז צוגעקומען צו מיר מיט א מעסער אין הענט און מיר געזאגט, אז אויב איך וועל זיך רייצן מיט אים וועט ער מיר הארגענען, פארן צוריק גיין צו זיין קאר האט ער ארויס גענומען א בעדזש פון זיין טאש און מיר עס געוויזן.
וואס טיט מען אין אזא מצב? מען רופט שומרים, ניין?
איך הייב אויף א טלפון צו שומרים, און איך דערצייל פארן דיספעטשער די מעשה,
די דיספעטשער האט מיר געענטפערט, קאל פליס און מאך א פליס ריפארט, און ער האט אראפ געהאקט די טעלעפון.
איך האב נישט געוואלט פארלירן דעים גוי, בין איך אים נאכגעפארן, ער איז געפלויגן ווי א חיה רעה און מיט א נישט נארמאלע שנעלקייט איז ער אריבער געפארן רויט אזוי ווי עס וואלט גארנישט געווען, ביי ניו יאטריק און פארט העמילטאן האט ער כמעט אראפגעקלאפט א אינגערמאן (אויב ליינסטו יעצט די שורות ביטע לאז מיר א הודעה אין אישית)
איך קאל צוריק שומרים און איך זאג זיי עס דרייט זיך אין בארא פארק א גוי וואס האט געסטראשעט מיט א מעסער, געוויזן א פאלשע בעדזש, פליט ווי א חיה רעה, פארט אריבער רויט לייטס, כמעט אראפ געקלאפט א אינגערמאן און ענק זאגן מיר אז איך זאל קאלן פליס און מאכן א פליס ריפארט און ענק מאכן זיך אפילו נישט וויסענדיג?
נישט האבענדיג א ברירה האט ער ארויס געשוקט זיינע מעמבערס אויפן קאל,
פארשטייט זיך אז איך האב אים נישט געקענט נאכפליען ווייל ער איז געפלויגן צו שנעל און איך האב אים פארלוירן,
שומרים איז אנגעקומען און עס האט זיך אנגעהויבן א סערטש, איך האב זיי געגעבן די לייסנס פלעיט פונעם קאר און צום ארבעט,
צום סוף האט מען געטראפן די קאר געפארקט אויף ניו יוטריק אין 46
שומרים האבן אים ארום גענומען פאר אפאר מינוט און זיך גע'טענה'עט מיט אים, פארשטייט זיך אז האט געלייקענט זי מעשה מיט די מעסער, און זיי האבן אים געגלייבט מער וואס זיי האבן מיר געגלייבט, און זיי האבן אים געזאגט אז ער קען גיין.
נאכדעים איז איינער פון שומרים צוגעקומען צו מיר און מיר געזאגט אז איך קען אויך גיין און זיי וועלן שוין קער נעמען פון די גאנצע זאך,
בקיצור וואס שומרים האט געטיען, זיי האבן אים פארשיקט, זיי האבן מיר פארשיקט, און שלום על ישראל.


וויל איך ענק פרעגן
א גוי וואס סטראשעט א איד מיט א מעסער
א גוי וואס וויזט א פאלשע בעדזש
א גוי וואס פליט ווי א חיה רעה
א גוי וואס האט כמעט געהארגעט א אינגערמאן דורך אריבער פארן רויט מיט א נישט נארמאלע שנעלקייט
איז דאס נארמאל אז שומרים האט געלאזט גיין פריי אזא גוי?
איז דאס אונזער שומרים וואס אונז פארלאזן זיך אויף זיי?

איך ווארט צו הערן וואס ענק האבן צו זאגן אויף אזא מעשה
יישר כח

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2007 07:08 לינק ישיר 

שרעקליך!!

_________________

Support our troops




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2007 08:17 לינק ישיר 

Thanks hatzolo for your very important story.but nothing new here they are known to be in bed with the 66 pct. they do not help jews they will allways say that the yid was wrong Also they are big MOSRIM when the  police is looking for a yid THEY WILL PERSONALLY DELIVER THE YID TO THEIR HANDS the only time they will help out is when they know that a women who is single and lives by herself is locked out they will come and chace away chaverim so they could help
וד''ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2007 10:39 לינק ישיר 

שרעקליך צו הערן. איך האב קיינמאל נישט געהאלטן צו שטארק פון זיי.

אפשר וואלט געווען כדאי מפרסם צו זיין דא ווער עס איז היינט שומרים, ווער זענען די אנפירערס, ווער זענען די מעמבער'ס וגו' וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2007 18:58 לינק ישיר 

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקדו שומרים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2007 07:11 לינק ישיר 

איי איי איי.
די שומרים, נעבעך, אפאהר נערווען קראנקע משוגעים, פין זיי ווילסטו עפעס האבען???
די כלל איז אז טאמער זיי קענען "קער" נעמען אליין, וועלען זיי עס טוהן, ווייל אז נישט, וועלען זיי נישט האבען די קואפיראציע פין די פאליציי.

מען האט פין זיי קיינמאל קיין נחת נישט געזעהן.

די הצלה דארף אויף רחמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שומרים פון בארא פארק - גארנישט ווערט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext