אין די צעטלעך דרוקט מען כסדר אויסדרוקן פון רבנים איבער די שעדליכקייט פונעם אינטערנעט.
איינע פון די אויסדרוקן וואס קוקט מיר אויס זייער מאדנע איז וואס ווערט נאכגעזאגט בשם די רבנים, און שטאמט פון גאלאנטא רב שליט"א וואס זאגט אז ער זיצט ביי רוב גיטין צווישן היימישן עולם, און ביי אכציג פראצענט (אמאל האט עס געהאלטן ביי 85 פראצענט. ברוך ה', עס ווערט בעסער) וואס מען האט זיך ליידער געשיידט איז עס געווען צוליב דעם וואס מען האט געהאט צוטריט צום אינטערנעט.
עס איז א פארשטענליכע זאך אז אינטערנעט אינדערהיים איז נישט קיין געוואונטשענע זאך, ובפרט פאר די וואס זענען דערצו אנגעבונדן (עדיקטעד בלע"ז) אבער פון דארט ביז זאגן אז דאס איז דער סיבה צום גט, און אן דעם וואלט עס נישט פאסירט, איז אביסל א ווייטער וועג. עס קען זיין א גוטער אויסדרוק אפצושרעקן דעם ציבור, אבער איז עס דער אמת?
איך וואלט ענדערש געזאגט אז אויב זעט ער אז דער איד וואס גרייט זיך צו געבן דעם גט האט 'אויך' געהאט אינטערנעט, ווערט דאס שוין דער אפיציעלער סיבה צו דעם ווייטאגליכן שיידונג צווישן די פארפאלק.
וואס קלערט איר?
_________________
נשלח ב-15/6/2007 23:49
די פרייז איז - נאך היינטצוטאגס - נאר ארום $2,000
נשלח ב-15/6/2007 21:32
אונזער עולם איז געבענטשט מיט 'מעריעדזש
קאונסלערס', וואס האבן דורכגעבלעטערט דעם פאפולערן בוך פון זשאן גרעי:
Men are from Mars and women are from Venus
און דורך דעם זענען זיי איבערנאכט
געווארן בארימטע פראפעסיאנעלן וואס ערלויבן זיך צו נעמען דעם געשוואלענעם פרייז
פון ארום דריי הונדערט דאלער פאר א קארגע שטונדע און ברוך השם אז ווען מען גייט צו
דעם חכם וואס זיין עיקר ארבעט איז אויסצוהערן די צוויי צדדים און מיט זיין
איבעררעדנדער כוח דרייט ער איין סעסיע נאכן צווייטן און ווילאנג מען 'האלט
אינמיטן' אויסארבעטן א דויערהאפטיגן שלום איז מען נאך האלב צוזאמען.
פארוואס א איד וואס האט זיך קיינמאל
נישט געלערנט פאר דעם פאך, נעמליך, עס האט אים נישט געקאסט קיין פרוטה צו ווערן
דער א.ג. בארימטער שלום בית קאנסולטאנט, זאל זיך וואגן צו נעמען אזעלכע רויבערישע
פרייזן פון אידן וואס אויסער זייערע פראבלעמען אינדערהיים, וועלן זיי עווענטועל
ווערן בעלי חובות פון צאלן די הימלדיגע סכומים איז מיר נישט באקאנט. מעגליך, אז
טאקע ווייל עס איז דא אזא מאנגל, און גיין צו דרויסנדיגע וואס קענען נישט אונזער
מהלך המחשבה און צוגאנג איז נישט קיין אפציע, האט מען נישט קיין סאך ברירות.
אידן וואס געפינען זיך אין אזא מצב
זענען אפט זייער צובראכן און נידערגעשלאגן, און ווען זיי טרעפן א איד וואס זיצט
קעגן איבער זיי און הערט זיי אויס און נייגט צו אן אויער צו זייערע, אפטמאל
נארישע, קינדערישע פראבלעמען, שפורן זיי אז זיי האבן צו וועם צו רעדן, און דאס
מאכט דעם מענטש קומען איין מאל און נאכאמאל, און יענער מוז אפילו נישט געבן קיין
זאכליכע עצות.
ווידער, די רבנים וואס זענען די מסדרי
גיטין, דערציילט מען אין גאס, אז זיי מאכן א לעבן פון יעדן גט, ווען זיי נעמען
ערגעץ ארום די דריי אלפים (דעם פרייז האב איך געהערט שוין פאר עטליכע יארן צוריק. קען
זיין אז היינט האלט עס שוין דאפלט, צוליב אינפלאציע?) זיי זוכן זיכער נישט
אפצוהאלטן דעם גט, און זיי קומט בעסער אויס ווען מען רייסט ארויס די ווערטער 'הבאת
שלום בין איש לאשתו' פונעם טעגליכן משנה וואס מען זאגט גראד צופרי ביים באגינען.
נשלח ב-15/6/2007 20:51
חןטוב
איך AGREE מיט פדן_ארם אז ס'איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע מערידזש קאונסלערס, וואס זענן גוט געלערנט אויף דעם, ביים "היימישען" עולם. ס'איז נישט קיין נפקא מינה וואו מ'וואוינט. דער "היימישער" עולם האט כמעט נישט וואו זיך צו ווענדן. און אויב גייט מען שוין יא, זאל בעסער קיינער נישט געוואר ווערן! ווייל אויב יא, ווייסט די גאנצע שטאט דערפון ביז 10 מינוט. אלע טעלעפאונן פון שטאט וועלן זיך צוקלונגן מיט די נייעס: YOU HEARD? איי דידנט נאו דעד דעי אר העוואינג פראבלעמס. יו דאונט נאו הא שי איז? הור מאטער איז עי ......... דעי אר מעחיטאנים וויט ......... וכו' וכו'.
נשלח ב-15/6/2007 19:52
עס איז נישט דא קיין קאונסלינג פאר היימישע אידען?
ווי וואוינט איר?<
נשלח ב-15/6/2007 06:42
געדאנקען
אפשר קענסטו מיר ביטע מיט-טיילן די פונקטן וואס איז נוגע דעם ענין? אדער זאג מיר וואו איך קען זעהן די גאנצע דרשה.
נשלח ב-15/6/2007 05:30
עס איז דא א שפריך ווערטל אין ענגליש Who came first the chicken or the egg?
וואס איז קודם באשאפען געווארן א הינדל אדער אן איי (בבחינת אף צבת בצבת עשויה)
איז וואס קומט קודם, פראבלעמן אין שטיב וואס פירט צו צום אינטערנעט אדער טוט דער אינטערנעט גורם זיין פראבלעמן אין שטיב.
איך גלייב אז 80% פון די 80% וואס גטין זוך וועגן אינטערנעט האבן קודם געהאט פראבלעמן אין שטיב און דאס האט געפירט צום אינטערנעט.
און די רבנים קענען נישט האבן קיין טענות צו די וואס ווענדן זיך צו די אינטערנעט ווען זיי האבן פראבלעמן ווייל אונזער עולם האט נישט נארמאל צוגעשטעלטע מערידזש קאונסלינג וכדומה ווי אויך די סטיגמע ביי אונזער עולם אויב ווערט מען געוואר אז א פארפאלק גייט צו קאונסלינג. דאס נויגט דעם מענטש צו דעם גרינגערן און סודישער מיטל, דער אינטערנעט!
_________________
נשלח ב-15/6/2007 03:14
אנרגיה, קוק איבער די גאנצע דרשה פון גאלאנטער, און די וועסט האבן דער תירוץ.
_________________
נשלח ב-14/6/2007 02:04
דאס וואס די רבנים זאגן אז א סאך (רוב ?) גיטין קומען וועגען אינטערנעט, איז דאס א פאקט וואס זיי האבן דאס חוקר ודורש געווען, אדער איז דאס א השערה וואס קומט ווייל די ווייבער טענה'ן אז זי האלט אז דער מאן קוקט אויפן אינטערנעט? קען גאר זיין אז ביי רוב גיטין איז דא סתם רעגולארע פראבלעמן נאר דא האט מען ארייגעלייגט א טענה בפי הנשים, און זיי נוצן דאס ווייל ס'קומט גוט אויס כלפי CHILD CUSTODY וכו' וכ'.
נשלח ב-13/6/2007 21:41
מיין פריינט דערציילט מיר, אז ער איז געווען פון די צוואנציג פראצענט וואס האבן נישט געוואוסט קיין צורת אינטערנעט, און האט זיך ליידער געמוזט שיידן פון ווייב צוליב אנדערע סיבות פון וואס רוב גיטין קומען היינט פאר... און אצינד ווען ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו און איז עוסק דערין בהתמדה רבה ציטערט ער חתונה צו האבן ווייל ער וועט מעגליך זיין פון די איבעריגע אכציג פראצענט...
נשלח ב-13/6/2007 18:21
די זעלבע קארעלאציע ווי דייעט סאדע צו פעטקייט
דוק ותשכח
נשלח ב-13/6/2007 17:44
און יעדען פאל ביסטו מודה אז עס איז דא א קאראלעשען (א קשר)צווישען אינטערנעט אדיקשן און שלום בית פראבלעמען.
_________________
נשלח ב-13/6/2007 16:25
נייעס באריכט
דער ווארט זאגער פון די באקאנטע ארגאניזאציע" דער אומאפיציעלע שרייבער פאראיין פון היידפארק' האט געלאזט מעלדן.
אין צוזאמען האנג מיט די מעלדונג פון איינען פון די גרויסע שלום בית/גיטין עקפערטן אז
'אכציג פראצענט שלום בית פראבלעמען איז צוליעב אינטערנעט אדיקשן'.
ווילן מיר מודיע זיין אונזער סטאטסטיק
אכציג פראצענט אינטערנעט אדיקשן קומט פון שלום בית פראבלעמען.