| נשלח ב-18/6/2007 18:01 |
|
| |
איך האב געהערט אז די רבי גייט מיט זיינע קינדער
אין עס פאהרן אסאך מענטשן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2007 18:09 |
|
| |
וויפיל אזייגער קומט די רבי אהן קיין לייקוואד און וואו איז זיין אכסניא, ווייסט איינער?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2007 19:22 |
|
| |
ביטע נשט נעמען פערזענליך וואס איך האב געשריבן,און איך בעט דא יעדן איבער אויב איינער שפירט זיך חלילה געטראפן. איך האב נישט געמיינט צו טשעפען כ'האב נאר געזאגט וואס א באקאנטער וואס וואוינט דארט זאגט מיר.
יעדער פראבירט וואס מער מ'קען מיר אריינפארן. איך האב געזאגט אז די פשעטיל קלעיפט נישט א ווארט צו א ווארט... דא ענטפערט קיינער נישט קיין ווארט ! זענט איר אלע אזעלכע עמי הארצים?
נאמבער צוויי, מ'קען יעדן בר מצוה בחורל' אויסלערנען זאגן א פשעטיל, דער פאקט איז אז דער ראשקעבאהא"ג האט נישט געלאזט אז מ'זאל אריינפרעגן, מ'האט זיך אויסגענומען אז מ'טאר נישט אריינפרעגן, און גלייך נאכן פשעטיל האט ער שנעל אפגעטראגן, מורא האבנדיג אז מ'וועט אים עפעס פרעגן און וועט בלייבן שטיל.
נאכאמאל נישט נעמען פערזענליך גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2007 20:16 |
|
| |
ידידי היקר כמר אידעלע,
איך זעה אז דו ביסט דיך אזוי מתמרמר אז קיינער ענטפערט דיר נישט,
איז די זאך אזוי, ניין, קיינער איז אויף דיר נישט ברוגז חלילה,
איי יעדער איגנארירט דיך און קיינער ענטפערט דיר נישט, איז דער טעם זייער פשוט,
אצינד איז 84 דיגריס אינדרויסן, און אז דו וועסט זאגן אז ס'איז נאר 79
דיגריס, וועל איך דיר ענטפערן אז קודם מיין גראד ווייזט קלאר
אז ס'איז יא 84, און בכלל האב איך דזשאסט געהערט אויף CBS
אז ס'איז 84 דיגריס, און מסתמה וועסטו צוריק ענטפערן מיט דיינע הסברים
פארוואס ס'איז לדעתך יא 79,
אבער אויב וועסטו זאגן אז אצינד איז 15 דיגריס און ס'איז דא
א 18 אינטשיגע שניי, האלסטו אז עמעצער וועט דיר ענטפערן,
געוויס ניין !!!
יעדער וועט א שמייכל טוהן, און דיך איגנארירן,
הדברים פשוטים מאוד והמשכיל יבין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2007 21:19 |
|
| |
אידעלע
איך בין דארט געווען.
און איינער א "מחוצף" (וואס האט נישט געפאלגט די אנווייזונגען), האט געפרעגט דעם רבי'ן א קשיא, פונעם "מקושש" וואס מיט דעם האט יענער געוואלט ציברעכן דעם רבינ'ס גאנצע פשעטל.
אבער דער רבי האט אים געענטפערט אויפן ארט מיט דעם וואס רש"י זאגט דארט אויפן פלאץ, אז משה רבינו געוואוסט אז ס'קומט אים מיתה, משה רבינו האט נאר געפרעגט דעם רבוש"ע וועלכע עונש עס קומט, צי חנק, סקילה, און לויט דעם שטימט דעם רבינ'ס פשעטיל כמין חומר.
ווען דער רבי האט יענעם געענפערט דעם תירוץ, האט זיך יענער געכאפט, און זיך אנגערופן:
די רעבי איז RIGHT...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2007 21:53 |
|
| |
גוטזאגער, די ביסט אזא נער? דאס איז דאך געווען אפגעשמיסט ער זאל פרעגן דע קשיא אין ר' אהרן זאל עם ענפערן מיט א רש"י אין בינגו "דער רעבי IS RIGHT, יעדער וועט קלאטשן, דע גאנצע זאך איז געווען נאר פאר שוי, ער איז נעבעך נע ונד פין איין טענט צום צווייטן נאר צו ווייזן אז ער איז עפעס, נעקסט קימט שיקאגו אין נאכדעם באלטימאר אין לאס ועגאס, לוס אנגעלעס. נאר אבי נישט זיצן אינדערהיים אין די ישיבה ווי זיינע אייגענע בחורים לאכן פין עם ווי ער שפילט רבי,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2007 23:40 |
|
| |
Gitzugar i'm afraid the zali bedatz will now aser
to learn rashe 1)even the divri yoel learned rashe
the year he took from arizona, todays rabbi z"l
doesn't 2)tam kumis...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2007 23:50 |
|
| |
שחמט, גערעכט... אבער נאך ווי.
דער תוספות, רמב"ם, רשב"א, ריב"ם, רשב"ם, רא"ש, פני יהושע, פרי חדש, פרי מגדים, מהרש"א און אסטראווצע
זענען אלע געווען אינטערגעשטעלט... איינמאל פאר אלעמאל געכאפט...
|
|
|
|
|