בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הרב עזריאל טויבער אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2007 21:47 לינק ישיר 
הרב עזריאל טויבער אין וויליאמסבורג

ווען צייט וואלט געווען פון די זאכן וואס איך בין דערויף באלעבאס וואלט אויסגעפעלט צו מאכן א באזונדערע אשכול צו באשרייבן דעם חשובן איד וואס איז געווארן פון א פשוטער בעל הבית צו א מענטש וואס האט שוין אן א שיעור אויפגעטוהן פאר אידישקייט, אבער אז תושבי וויליאמסבורג גייט האבן די זכי' ער זאל באשיינען די מסיבה פאר למען אחי מוז מען דאס מעלדן.

איך געדענק ווי ער איז געווען דא אין ווילי געציילטע יארן צוריק, און מען האט געבונטעוועט אז ער איז פון די פארכאפטע וואס טארן נישט האבן קיין דריסת הרגל אין דעם הייליגן שטאט, אבער אצינד זע איך אז ער איז שוין ברוך ה' כשר געווארן און מען וועט האבן די זכי' צו הערן דעם וועלט בארימטן און צוענדן רעדנער אין קאנטינענטל זאל דעם מארגנדיגן דאנערשטאג.

פארפאסט נישט די געלעגנהייט.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2007 20:53 לינק ישיר 

ביטע רעדן מיט אביסל א שענערן לשון אויף א איד וואס האט שוין מקרב געווען הונדערטער אויב נישט טויזנטער אידן לאביהם שבשמים, און עוד ידו נטי'.

איך קען דעם איד פערזענליך און פיל מיטגעהאלטן פון דער נאנט וואס ער האט שוין אלס מזכה געווען אידישע קינדער.

אויב האסטו עפעס וואס דו ווילסט זאגן אויף דעם איד אז מען זאל אכטונג געבן, קענסטו עס שרייבן מיט בעסערע אויסדרוקן.

ועוד, זאל מען וויסן און מאכן א חילוק צווישן הרב אבא חייא שליט"א וואס איז מער אויפגעכאפט צווישן היימישן עולם מיט זיין קאמפיין קעגן קאמפיוטערס, אפיסעס, און ווען ער איז געווען ווילד פארן עפארדעבל חתונה פלאן זכרונו לברכה, און זיין ברודער ר' עזריאל וואס פארט ארום צו ארבע כנפות הארץ אויפטרעטן מיט זיינע געלונגענע דרשות אויף עטליכע שפראכן ווי ער ציט א גרויסען ציבור, ווי אויך איז ער דער וואס האט אויפגעשטעלט מכון להוראה אין מאנסי וואס שטייט איצט בראשות זייער דריטער ברודער ר' יחיאל שליט"א.

מער איבער דעם גרויסן איד, וואס האט אויפגעגעבן זיין ברייט פארצווייגטער ביזנעס און אריין אויפצוטאן פאר אידישקייט, מיט דער הילף פון ר' אביגדור מילער ז"ל א צווייט מאל בלי נדר.

(קען זיין אז דאס איז דער פראבלעם מיט אים אז ער איז נישט קדוש ומקודש מרחם ווי עס זענען די הייליגע ברודער האחים הק' מסאטמאר?)

תוקן על ידי דיפלאמאט ב- 15/06/2007 18:46:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2007 23:29 לינק ישיר 

y

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2007 06:32 לינק ישיר 

OldPop

פארוואס זאגסטו דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2007 06:43 לינק ישיר 

דאס איז זיכער אז ער איז חשובער אנגעזעהנער איד.

זיינע שיטות איז דאס וואס דארפען א בירור.

ער האקט געפעהרליך אויף מיידלעך אין אפיסעס.
ער טענה'ט אז עס איז באמת אסור, און נישטא קיין צוויי וועגען אין דעם.

די שאלה איז, איז ער גערעכט????

די חילוק פין אים ביז די געוועהנליכע עקסטרעמע רבנים וואס זאגען דאס איז, אז ר' עזריאל זאגט נישט קיין פאלשע פאקטען, ער בויט זיינע שיטות אויף אמת'ע פאקטען, און אויף מער ווייניג גלייכע סברות וואס דער אלגעמיינער עמך אידען ניצען צו מאכען אלע זייערע החלטות.

ער האקט אויף א קומפיאטער בכלל,

און ווער ווייסט וואס נאך??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 07:02 לינק ישיר 

שלום שטוב, הערה בעלמא.

דו ביסט זיך טועה צווישן עם און זיין ברודער ר' אבא חייא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 18:52 לינק ישיר 

זענען געווען משתתפים ביים דינער?


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2007 23:20 לינק ישיר 

אינטרעסאנט איז אז אין דעם זעלבען צייט וואס ר' עזריאל האט גערעדט אין קאנטינענטעל האט ארום דעם קארנער גערעדט א צווייטען משפיע, ר' צבי מאיר זאל זיין געזונט.

צו זאגען אז די מהלך פון די צוויי איז דבר והיפוכו וועט זיין אונטער געשאצט.

ר' עזריאל'ס מהלך איז מחשבה, לאגיק, מח. ווי ער רופט זיינע ספרים "פרקי מחשבה". אן צופיל מראה מקומות, טאמער יא איז עס ממש לעצטיגע ווי רב דעסלער וכדו'.

ר' צבי מאיר איז א שטיק רגש, א קאך א ברען א פייער. זיינע דרשות זענען רובם ככולם א צאם ווארף פון דברי התחזקות מלוקט פון ספרי חסידות.

לא ראי זה כראי זה, הצד השוה שבהן שדרכן לילך ולהלהיב לבבות ישראל לאביהן שבשמים. ישלם ה' פעלם ונזכה שדבריהם יעלו ויצליחו להכנס לראשנו וללבבנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2007 01:13 לינק ישיר 

Git 'gezookt'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הרב עזריאל טויבער אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext