די רבנישע וועלט די טוענים אין בוררים וועלן נאך זיצן יאהרן לאנג אין שטודירן די שטיקל ארבעט וואס 45 האט אהערגעשטעלט די וואך.
טאמער אונז [48] האבן געמיינט אז אונז קענען מיר זיך שפילן מיט די באבוב'ע ליסטע אין אראפנעמען וועמען צו שמעקט אונז נישט אין צולייגן וועמען עס שמעקט אונז יא.
טאמער האבן אונז געמיינט אז די השפעה אויפן בי"ד קומט פין בילדער אין צייטונגען אדער פין דעליווערן פרעמדע געסט צו די חתונה אדער דורך שרייען אין בי"ד אז מ'קען קומען קוקן שבת ביינאכט אין בימ"ד.
אויב איז דאס געווען אונזערע מהלך ביז היינט וועט דאס גאר שנעל מוזן ווערן געטוישט.
45 האט די וואך געברענגט אין בי"ד א ליסטע פין די באבובע חסידים אין צו יעדער נאמען איז געווען מחובר א פייל וואס האט קלאהר אויפגעוויזן מיט ראיות אין עדות אויף יעדן יחיד לגבי אלע קשרים וואס יענער האט מיט באבוב.
למשל אויב יענער דאווענט אין באבוב אין אויב נישט ווי ער דאווענט יא
למשל אויב יענער האט א זיץ אין ביהמ"ד אין אויב נישט ווי יא
למשל אויב יענער האט קינדער אין די מוסדות אין אויב נישט ווי יא
למשל אויב איינער מאכט די שמחות אין באבוב אין אויב נישט ווי מאכט ער יא.
וכו' וכו' יעדן איינעם א גאנצע פייל מיט אלע פרטים.
אין מיט די נייע רשימה אין פיילס זענען זיי צוריק איבערגעגאנגען די גאנצע ליסטע אין קלאהר אויפגעוויזן אז אלע זייערע מענטשן פין די רשימה זענען באבובע חסידים אין אז אלע וואס אונז [48] האבן אראפגענומען האט נישט קיין פשט אין אלע וואס אונז האבן מיר צוגעלייגט איז בכלל א חוזק ווייל זיי האבן מיט באבוב גארנישט קיין קשר אין אונז האבן זיך נישט געקענט מער דינגען ווייל אויף יעדער נאמן וואס אונז האבן געוואלט טשעפענען האט די בי"ד גלייך געעפענט די פייל אין מ'האט געזעהן די אמת.
אזוי אז אונזערע אלע באבע'ס מיט אלמנות מיט פלעטבוש זענען ארויסגעפלויגן פין די באבובע ליסט אין זייערע 250 נעמען זענען גאנץ שנעל צוריק געקומען צו זייערע פלאץ אויפן באבובע ליסט אין אזוי אויכעט האבן אונז פארלורן 75 פין די רשימה.
[וויכטיג צו באמערקן: אז די 45 האט גענוצט די קאטגאריעס וואס אונז אליינס האבן מיר פארגעשטעלט פאר בי"ד אין לעצטע בי"ד כדי צו וויסן ווער מעג גערעכנט ווערן פאר א באבובע אין ווער נישט!!]
ס'האט זיך פין דעם רשימה אויכעט ארויסגעשטעל אז א.א. לעזער נישט נאר אז פרעזנעטירט שטארק הרב צבי מאיר זילבערג אין נישט נאר אז זיינע קינדער זענען נישט קיין באבוב'ע נאר אויכעט אז ער האט שוין נישט פאר איבער 10 יאהר קיין איין איינקל וואס זאל לערנען אין די באבובע מוסדות! אין דאס איז נאך א ראיה צו די טענה פין 45 אז אברהם אהרן מיינט גאהרנישט באבוב אין ער מיינט נישט דער רב שליט"א נאר אלעס טוט ער פאר זיין אייגענע אינטערעסן פאר זיינע פריוואטע ביזנעס'ן אויף באבוב'ס נאמען.
45 האט געטנ'ט פארן בי"ד אז זיי האבן 52.01% פין באבוב אין אז זיי האבן נאך אסאך מער וואס האבן זיך נישט ארויסגעשטעלט אין אז זיי פארלאנגען "בחירות" ווי אמשנעלסטן.
אונז [48] האבן פארלאנגט פין בי"ד אפצושטיפן די נעקסטע זיצונג פין חודש תמוז צו חודש אב ווייל אונז זענען שטארק צומישט אין פארלוירן פין 45 ליסטעס אין מ'מיז האבן אסאך צייט כדי צו ענטפערן אויף דעם.
נאך א שטיקל פארלוסט האבן אונז געהאט ווען בי"ד האט צוריקגעויזן אונזערע פארלאנג אז זיי זאלן חתמנ'ן פאר די באנק אז מ'קען אונז געבן די מארגעדז פין 11.000.000 $ אויף די בנות ציון נאכדעם וואס די באנק האט עס צוריקגעוויזן נאכדעם וואס 45 האט זיי מודיע געווען אז די בנין ליגט אין א מחלוקת.
בי"ד האט עס אפגעזאגט טענה'דיג אז וויבאלג עס גייען ממילא אריבער 500 מידלעך צו 45 איז עס נישט מער קיין עמערדזענסי אין וויבאלד אויב 45 וועט באקומען די בילדינג נאך די די"ת וועט עס זיין פאר זיי א נזק אויב מען בויעט יעצט אין זיי וועלן עס דארפן אראפווארפן.
תוקן על ידי פאפקארן ב- 17/06/2007 10:32:52