ווער האט געשלאסן שידוך? אמאל און היינט
פאריגע וואך האבן די בלעטל"אשת חיל" וואס מען קען נעמען אין די גראסערי געלייגט פאר זייער וועענטליכע סורוועי ווי סהאט אמאל אויסגעזען ווען קיינע האט נישט געוויסט וווען מען האט געמאכט א שידוך:
אמאל...
מזל טוב! איך הער א שידוך האסטו ב"ה געשלאסען, איך וואונטש אייך אן, אז אלעס זאל זין ווי געגאסען. די ךשידוך זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, איר זאלט בלויז זען פיל מיט אידיש נחת.
"איך האב שוין די שידוך געטון פאר 3 חדשים צוריק" זאגט די מחותנת'טע - און געבט א קרומען בליק, איך טו אייך שוין באלד צי חתונה איינלאדענען, צו די חתונה איז נאך בלויז 1 חודש פארהאנען.
היינט...
פאר דיין הערליכען שידוך וואונטש איך אייך א הארציגען מזל טוב, איר זאלט פון זיי שעפן חת לרוב, עס זאל זיין א קשר של קיימא, און א בית נ אמן בישראל, איר זאלט זען פיל מיט אידיש נחת אלעמאל.
"פון ווי האסטו שוין פון דעם געהערט", פרעגט די מחותנת'טע אינגאנצען איבערגענומען, "איך האב די שידוך געשלאסען הערשט נעכטען שפעט נאך האלב-נאכט, און פון די גאנצע שטאט האב איך שוין מזל טוב באקומען, פון ווי ווייסט שוין אזוי שנעל יעדער איינער, איך שטיי און טראכט?"
"אבער פון יעדעם איינעם באקום איך די זעלבע תירוץ - דערוייל איך האב די שידוך געזען היינט צופרי אין די אשת חיל!"
נאכדעם בעטן זיי יעדעם צו שרייבן אויב מען וויל עס זאל ארויסקומען אויך זומער: אבער יעצט ווען עס קומט די קאנטרי סיזען, האלט איר אז די אשת חיל זאל אין די קאנטריס זיין צו באקומען?
נאכדעם פרעגן זיי פוןוועלכע טייל פון די "אשת חיל" האט מען די מערסטע הנאה? און ועלכע קאנטרי מזאל עס לייגן.
שיקטס זיי אריין.
 |
|
|