| נשלח ב-17/6/2007 19:21 |
|
| |
וואס וויל ער פון רב ביק?
נחום ראזענבערג רעדט אויף רב ביק ווי אויף איינעם פון די גרעסטע שקצים וואס איז נאר אמאל געוועזען.
איז אמת וואס ער זאגט אדער האט ער סתם געהאט מיט אים א סיכסוך?
אמאל האב איך שוין געהערט אז ווען נישט ער איז די זון פון ר' משה ביק זצ"ל וואלט ער געווען א פלעינע מקוה שמועסער מיט א לאנגע ווייסע בארד...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2007 20:43 |
|
| |
שטותים
ער איז א גרויסע תלמיד חכם אין א ידען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2007 06:20 |
|
| |
נחום ראזענבערג, זאגט יעדער, אפילו די אהרונים וואס האבען אים ליב, אז ער איז א בעל מגזם.
דאס איז אמת אז רב ביק האט געהאט דורכפעלער מיט מקוואות, די שאלה איז צו רב ביק איז געווען אזוי שולדיג פין נחום ראזענבערג לייגט עס אראפ.
עס איז דא די בריוו פין די קהלה אין קאליפארניע וואס זיי שרייבען ארויס קלאהר זייערע טענות צו אים. עס איז נישט קיין ספק לגבי די אמיתית הענין.
עס איז דא נאך א זאך לגבי מקוואות, נחום ראזענבערג איז מחמיר גאר אסאך, און נישט אלע רבנים גייען מיט דעם אזוי ווייט. פארדעם רעדט ער אויף יעדעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2007 18:25 |
|
| |
ניין, נחום ראזענבערג איז נישט קיין מגזם, ער איז סתם א ליגנער,
ער איז א קראנקער זכר, א עטענשאן סיקער,
ער וועט גיין מיטן העמד אינדרויסן מיט א רוסישע קוטשמע
לעקענדיג א הייס קרים אויף די גאס נאר כדי מען זאל רעדן פון עם,
ער טערארעזירט אלע רבנים מיט אלע ערליי סטראשונקעס,
נאר מען זאל זיך אינטערווארפן אינטער זיינע קאפריזן,
ער איז א געוואלדיגער ידען, אבער בכלל נישט קיין פוסק,
אדרבה קיקטס נאך זיינע מראה מקומות וועט איר זעהן זיינע שטותים ושקרים,
זיינע טענות אויף די מקוואות איז מלא שטותים והבלים,
ער נעמט א שיטה דיחידאי אין מיט דעם בויט ער א יסוד
אינדערנאך סטעמפעלט ער מיט דעם כלל ישראל אלץ ממזרים,
הרב ביק שליט"א וואס איז פון די גרעסטע מומחים אין מקוואות
וויל זיך מיט עם לגמרי נישט מטפל זיין, במילא לויפט ער עם כסדר נאך
און זיכט עפעס פעלערס און יגעת ומצאת תאמין, ער האט געטראפן
עפעס קלייניקייטן וואס מען קען קלאר מתיר זיין לויט זייער אסאך שיטות
און פון דעם מאכט נחום מטעמים, ביזדערווייל באקומט הרב ביק
יעדעס יאר נייע מקוואות וואס פארלאנגען זיינע הכשרים, און נחום בלייבט
אלץ דער זעלבער אויסגעשפיגענער מנוול, ער האט זיך געקרוינט פאר דעם
באשעפערס אויבער אינספעקטאר, און דאס ערלויבט עם צו רעדן און פארשפרייטן
מנוולות אשר תסמר שערות אנוש, קינדער און בחורים וואס הערן זיין האט-ליין
ווערן נעבעך פארדארבן טאג טעגליך, און מען קען זיך מיט דעם פערשוין
נישט א עצה געבן, ער באלאנגט נישט אין ערגעץ, מען קען עם נישט סטראשן,
און כלל ישראל ליידט פון אזא חוטא ומחטיא את הרבים,
דער פראבלעם איז אז ער נעמט גאנץ ערענסטע אישויס און גאנץ ערענסטע
טענות, און מיט דעם נעמט ער דעם היתר צו פאברעצירן מעשיות און פרשפרייטן
מנוולות, און אידן שאקלען מיטן קאפ, נו, ער איז דאך גערעכט,
וויסן זאלט איר אז 99% פון זיינע מעשיות זענען אויסגעזויגן פון פינגער,
ער איז דער גרעסטער בעל דמיון בזמנינו, און נאך א גרעסערער שקרן,
וואס ער וואלט געוואלט זאל האבן געשעהן, איז שוין געשעהן,
ער איז א סכנה פאר כלל ישראל, און די רבנים זענען פשוט אובד עצות,
זיי קענען עהם נישט הענדלען, השם ירחם,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2007 20:27 |
|
| |
יענקעלע כ'ווייס נישט פארוואס דו האסט איהם אפגעשטעמפלט אלץ אן אטטענשען זוכער קוקט אויס אז אין די נושא פון נפש האסטו נישט קיין סאך געטוהן.
ער איז נישט קיין ליגנער, ער איז א פאנטאזירער...
ער איז נישט קיין עטענשאן זיכער, ער פילט ממש ווי די וועלט שטייט אויף איהם...
ער איז א מוח עצום ווייניג דא ווי ער, אבער למעשה למעשה למעשה פירט ער גארנישט דורך...
כ'וואלט געוואלט אין די נעקסטע האטליין דרשה זיינע זאל ער זיימוחל זאגן פון 3 מקוואות וואס ער האט געבויעט און שטייען אונטער זיין השגחה, אבער נישט פון מידאיסט וואס קיין איד איז דארט נישט צום געפונען.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2007 21:19 |
|
| |
כ'אב עס שוין איינמאל געשריבן, דער נידריגער גועל נפש און מנוול, און כ'קען נאך צולייגן נאך א טוץ טיטל'ען, אבער כ'וועל נישט מאריך זיין ווייל דאס וויל ער דאך, אז יעדער זאל רעדן פון עם, נאך יעדע תגובה דא אויפן פארק ווערט געבוירן א פרישע מעשה אין זיין טמא'נע קאפ.
איך זאג איין זאך. יענקעלע 11 איז גערעכט הונדרעט פראצענט מען דארף נישט מוסיף זיין קיין איין ווארט. אדרבה זוכט אויס וועלכע דריי רבנים איר ווילט וואס איר האלט פון זיי און פרעגט זיי אויף דעם מנוול וועט איר געוואר ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2007 22:42 |
|
| |
איך ווייס נישט צו מען איז גערעכט מיט אים אזוי סעטמפלען, ער איז שטיקעל גערעכט.
די מקוה אין וואדרידזש און אין קאליפארניע האט רב ביק געגעבען א הכשר ווען עס איז געווען פסול.
אלא מאי??
מען האט אים נישט ליב ווייל ער איז אלעס מגלה אהן קיין פארדעקונג.
סוף כל סוף איז ער גוט פאר אידישקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2007 22:56 |
|
| |
ער איז קלאר אין די שיטה, ווען ער זאל האבען א גרויסען עולם וואלט ער געווען א געהעריגער כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א פון קנאי'שן לאגער,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2007 00:36 |
|
| |
ער הייסט אין ענגליש א WHISTLEBLOWER און נישט יעדער האט אזאנס ליב.
און וואס איז מיט דוד עקשטיין פון ועד הצניעות וואס ער האקט אויף אין אן רחמנות?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2007 04:11 |
|
| |
אזוי?, די מקוה אין וואדרידש און אין קאליפארניע איז געווען פסול?
ווייל אזוי זאגט נחום, איי רבי זלמן לייב פיליפ און רבי שלמה לייב
וויינבערגער זאגן אז די מקוה אין וואדרידש איז יא געווען כשר, גלייבט מען ענדערשט
דעם אפגעריסענעם נחום, זאגט מיר רבותי, זענען טאקע אלע רבנים
קאראפטעד?, ממש אלע רבנים בלי שום יוצא מן הכלל?,
אז קיין איין רב האט נישט געפינען פאר וויכטיג אנערקענען אז נחום
איז גערעכט?, ביי יעדע מערכה טרעפט זיך אלץ רבנים וואס קומען
ארויס און שרייען געוואלד, אמאל מער און אמאל ממש יחידים
אבער אלץ טרעפט זיך עמעצער, צו ביי כשרות, צו ביים עירוב, וכו', אבער דא
ביי מקוה וואס אין דעם איז תלוי טהרתן של ישראל, דארט זענען אלע
רבנים קראפטעד און נעמען זיך אן פאר רבנים מכשילי הרבים,
COME ON, GIVE ME A BREAK, לא מיני ולא מקצתי,
נחום'ס חששות זענען 99% בדויים מן הלב, וואס לויט עם זענען די
סאטמארע מקוה באנוצערס מגדלים ממזרים, די פאפא מעין מקוה
באנוצערס מגדלים ממזרים, די קאנטרי מקוה'ס באניצערס מגדלים ממזרים
סקווערע מקוה מגדלים ממזרים, מאנסי וויזניץ באנוצערס מגדלים ממזרים,
לעיקוואד מגדלים ממזרים, קיינער קיינער איז עם נישט גיט, יעדער איז
קאראפטעד, און איין איינציגער ערליכער מענטש איז דא אויף דער וועלט
און מיר האבן זוכה געווען עם צו האבן בתוכינו, און דאס איז כבוד הרב הצדיק
רבי נחום ראזענבערג, WHAT A JOKE, און מען קען נאך זאגן אז ער איז
דאך פארט גערעכט, ניין און נאכאמאל ניין, ער איז א שייגאץ א מנוול,
וואס האט א אגענדא, וואס הייסט, אדער ווארפסט דיך אינטער אדער וועל איך דיך
רודפן עד חרמה, רבותי מאכט אייך אויף די אויגעלעך, ביודעי ומכירי קא אמינא,
ער איז א שעדלעכער מנוול וואס פירט אראפ אומשולדיגע בחורים און
יונגלעך פון וועג מיט זיין מנוולות האט-ליין און אין פוצה פה ומצפצף,
השם ירחם!!!
ניין לאוולי זיסער, ער איז נישט קיין WHISTLEBLOWER , אויף ענגליש הייסט
דאס א מאפיאניק, איינער וואס שרייט אז טאמער גייסטו נישט אויף מיין וועג דאן...
א WHISTLEBLOWER , גייט און זאגט אויס פאר די אינסטאנצן וואס ער ווייסט,
און זיי נעמען קער, דא ביי נחום שרייען אלע רבנים אז ער רעדט נישט צודערזאך,
מאכט ער א טומעל מיט אויסגעטראכטע מעשיות, און טייל נאאיווע מענטשן זאגן
אז ער איז גאר גערעכט, איי האסטו אמאל נאך געקיקט צו יש דברים בגו,
צו איז דא א שמץ אמת, ניין!!! איי מיט דיין גלייבן נחום'ן באשולדיגסטו אלע רבנים
פון כלל ישראל, תיקו!!!
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 19/06/2007 4:13:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2007 08:18 |
|
| |
יענקעלע 11, שפתים ישק. נאכאמאל הונדערט פראצענט גערעכט.
ביי די וואודרידש מקוה, האב איך גערעדט מיט דעם רב וואס נחוס האט אנגעגעבן אז ער האט געזען אז די מקוה טויג נישט, האט ער מיר געזאגט אז ס'יז א הוילער שקר, ווייל ער איז טאקע דארט געווען, און ער האט געזען אז ס'יז יא כשר. שפעטער האט זיך נחוס פארענטפערט, אז ווען ער האט גערופן דעם רב, האט ער עס שוין געהאט פאראכטן.
יענקעלע שטארק זיך דער אמת וועט נאך ערגעץ ווי ארויף שווימען און דעמאלס וועט יעדער וויסן ווער דער נחוס איז.
|
|
|
|
|