עצות - עצות - עצות - עצות - עצות
איך מאך א אשכול פון קליינע עצות וואס מען קען אריינלייגן ווען מען טראכט פון עפעס וואס קען צונוץ קומען פאר יעדן.
איך הייב אן וואס איך האב געזען אין אשת חיל, און יעדער קען לייגן וואס מען ווייסט.
ווען איר צושניידט פיקעלס פאר סיי וועלכע סאלאט איר ווילט מאכן, איז זייער ראטזאם אוועק צושניידן א פערטל אינטש פון ביידע עקן. ווייל די עקן פארמאגען א געוויסע ענזיים באשטאנד-טייל וואס מאכן די פיקעלס ווייעך און ווערן פריצייטיג. --- ווען איר פלאנט צו מאכן עפעס אן עסן מיט פאטעטאס און איר פלאנט עס נאכדעם צו פריזען אין פריזער, דאן ניצט נאר "גאר פרישע" פאטעטאס. ווייל נישט פרישע פאטעטאס וועלן בלויז צוזאמפאלען אין פריזער.
|
|