בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פארוואס איז רענט אזוי הויעך?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2007 20:09 לינק ישיר 
פארוואס איז רענט אזוי הויעך?

יעדער ווייסט די הוצאת פון חתונה מאכן קינדער,
פון וואו די געלד קומט אן איז ממש א וואונדער.
מדארף צאלן פאר די שדכן פאר די מתנות, און נאך אסאך מער זאכן,
דא רעדט מען פון טויזענטערס בלויז פאר איין קינד חתונה צו מאכן.
מ'זוכט און מ'זוכט פאר חתן כלה א פשוטע דירה צו וואוינען,
אבער די היינטיגע לענדלארדס טוען אונז בכלל נישט שוינען.
זיי רייסן ארויס די לעצטע פעני פון טאש אן קיין בוה,
מ'האלט שוין היינט ביי 1300 רעט פאר א 3 רומיגע דירה.
פארוואס דארף די רענט זיין אזוי הויעך,
טאטעס דארפן לעבן צו ארבעטן פאר געלט, און צי די קינדער נישט האבן קיין כח?!
איך פארשטיין וויל,
פארוואס אז ווען די רענט איז אזוי פיל.
בלייבט די גאנצע עולם שטיל,
עד מתי... וויפיל איז דער גבול?!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2007 05:54 לינק ישיר 

באראפארק רענט איז ווייניגער ווי אין די געגענטער ארום.
ווען מען פארדינגט א דירה צו א גוי אין בארא פארק באקומט מען אן ערך פין צוויי דריי הונדרעט דאלאר מער ווי פין א איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2007 17:55 לינק ישיר 

רענט פרייזען אין היימישע געגענטער זענען נישט העכער ווי די טונקעלע געגענטער אין ברוקלין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2007 04:30 לינק ישיר 

EMT איך זעי אז די האסט געליינט מיינע ווערטער נאר ביז יעצט ערענסט גערעדט
חוץ פון דעים האלט איך נישט אז די ביזט אינגאנצען גערעכט מיט דיין טענה אז די ארטיסטים וואלטן טייער געמאכט די רענט, ווייל אינזערע אידעלעך וואלטן ענדערשט אראפ געלאזט די פרייזן אז זייערע טענענטס זאלן זיין היימישע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2007 22:44 לינק ישיר 

קענסט דיך טאקע איבערציען אהין, און באצאלען ווייניגער רענט, און פארדינען ווייניגער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2007 20:30 לינק ישיר 

הצלה,

ווען עס וואלט געווען ליידיגע אפארטמענטס אין בארא פארק אדער וויליאמסבארג וואלט די רענט נישט געווען אזוי הויעך, און אזוי ווי די מיט מיר, מיט נאך טויזענטער מוזן אנקומען צו אן אפארטמענט  און עס איז נישט דא גענוג ווערט די רענט אוטומאטיק הויעך,
די איינציגסטע עצה אז די רענט זאל ווערן צוריק ביליג איז צו גיין שלאפן אין די גאס, און אז די וועסט האבן אסאך חברה וואס וועלן דיר נאכטיען וועט דיר אפשר געלאנגען צו ביליגער מאכן די רענט.


שרייב אזוי:

ווען ס'וואלט געווען ליידיגע אפארטמענטס אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק (ווייל אידן גיען שלאפן אין די גאס און נישט דינגען די דירות) וואלטן אלע דירות געגאנגען פאר די ארטיסטן און כינעזער וואס וואלטן אפגעדינגען אלע ליידיגע דירות פאר דאפלט די פרייז...

זיי ריאליסטיש, אונז לעבן דא אין ניו יארק, פון די טייערסטע ריעל עסטעיט אין אמעריקא! ס'איז צייט צו ברעכן דאס משוגעת, און זיך ארויסציען פון די סיטי אין קלענערע שטעטלעך ווי מ'טוט אין ארץ ישראל, ס'איז דא א גרויסע אפסטעיט ניו יארק, ניו זשורזי, פענסילוועניע א.א.וו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2007 06:22 לינק ישיר 

עס איז דא נאך אן עצה, צו ארבעטען אביסעל שווערער כדי צו קענען באצאלען, און נישט פראבירען צו וויינען אויף דעם וואס מען מוז ארבעטען און באצאלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2007 05:01 לינק ישיר 

לאוולי
 
נישט די לענדלערס זענען שילדיג אין די הויכע רענט, נאר די אין מיר, ווען עס וואלט געווען ליידיגע אפארטמענטס אין בארא פארק אדער וויליאמסבארג וואלט די רענט נישט געווען אזוי הויעך, און אזוי ווי די מיט מיר, מיט נאך טויזענטער מוזן אנקומען צו אן אפארטמענט  און עס איז נישט דא גענוג ווערט די רענט אוטומאטיק הויעך,
די איינציגסטע עצה אז די רענט זאל ווערן צוריק ביליג איז צו גיין שלאפן אין די גאס, און אז די וועסט האבן אסאך חברה וואס וועלן דיר נאכטיען וועט דיר אפשר געלאנגען צו ביליגער מאכן די רענט.

יעצט ערנסט גערעדט
א שטיק צייט צוריק איז געווען עסקנים וואס האבן געוואלט עפענען א נייע שטעטל, איך ווייס נישט פארוואס עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, אבער ווען דאס וואלט זיך אויסגעארבעט וואלט דאס געווען כאטשיק א האלבע ישועה.

לאוולי,
אפשר לייגסטו זיך אריין אין די נושא און די וועסט האבן די זכיה אז טויזענטער וועלן צאלן ביליגער רענט לכבוד דיר?
זאג נישט אז די קענסט נישט, די קענסט יא, אונז די מעמבערס פון "חדשות אנש" זענען דיר מכתיר פאר די גרויסע מצווה
מיר וועלן דיר טרייען צו העלפן מיט אלעס וואס נאר מעגליך.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2007 01:48 לינק ישיר 

דער רענט וואס מען רעכענט איז מארקעט פרייז, באמת איז עס נאך ביליג ווייל די (ווייסע) גוים אין די געגענטער צאלן העכער פון וואס אידן באצאלן סיי פאר רענט און סיי ביים קויפן.

דער ריעלאטי איז אז מען וואוינט א שפאן אוועק פון מענהעטן ווי עס איז זייער טייער צו וואוינען, עס איז שוין לאנג די העכסטע צייט צו זוך צו באזעצן און ווייטערע געגענטער ווי מאנסי, מאנרא וכדומה ווי עס איז ביליגער צו וואוינען אויך איז שוין צייט צו אנהייבן נייע געגענטער.

דערווייל צווינגט מען ארויף אויף זוך די טייערע עקסעזטירענע געגענטער און מען וויינט.

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2007 20:39 לינק ישיר 

די רעדסט כאילו די לענדלארדס קויפן די הייזער פאר א שיבוש אין צאלען נישט קיין מיסים און הוצאות, נאר רייסען סתם געלט פאר זין אין קעשענע.

לץ איינער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פארוואס איז רענט אזוי הויעך?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext