מעלות, אייער-נעכטן/איידער-נעכטן - שידוכים פראבלעים
אין די מעלות פון חודש סיון ביי מאמע לשון שרייבן זיי א טוץ מיט ווערטער וואס האבן אנגעבליך נישט קיין ריכטיגע ווארט אויף ענגליש, צווישן זיי ווערט אויסגערעכענט "אייערנעכטן", די אמת אבער איז אז די ווארט "אייער-נעכטן" שטאמט באמת פון "איידער-נעכטן" (דאכט זיך אז די מקור נעם איך גאר פון די מעלות, אויב געדענק איך גוט), און אויב אזוי איז דאס דאך די זעלבע ווארט ווי "בעפאר-יעסטערדעי" אויף ענגליש [BEFORE YESTERDAY].
וואס האלט איר?
אויך שרייבן זיי וועגן די "שידוכים פראבלעים" פון אן אומאפיציעלע שדכנ'טע: "איך וויל חלילה קיינעם נישט וויי טאן, אבער ס'איז וויכטיג צו וויסען א פאקט וואס קען איינשפארן פיל צייט און פארמיידען פיל עגמת נפש. סטאטיסטיקסט ווייזען אז ביי אינגלעך טרעפן זיך עטליכע מאל מער פראבלעמען אין לערנען, אויפפירונג, און אנטוויקלונג ווי ביי מיידלעך. אין אנדערע ווערטער, פאר יעדע מיידל מיט אזא סארט פעלער, זענען דא עטליכע בחורים מיטן זעלבען פעלער. חוץ דעים, איז א לערן פראבלעים ביי א מיידל א פיל קלענערער פעלער ווי ביי א בחור. דאס מיינט, אז אויב א בחור האט א פעלער, מוז מען געווענליך פארקוקען אויף א גרעסערען פעלער ביי דער מיידל".
עס דערקענט זיך טאקע גאר שטארק אז דאס האט געשריבען אן אומאפיציעלע [און אומערפארענע, און אומגעלונגענע, און אומפארשטענדליכע] שדכנ'טע, ווייל אידעדע רעכט-דענקיגע מענטש וואלט נאכן ליינען די פראזן ערווענט פונקט קאפויער, אז "דאס מיינט, אז אויב א מיידל האט א פעלער, מוז מען געווענליך פארקוקען אויף א גרעסערען פעלער ביי דער בחור", ווארום איר זאגט דאך אליינס אז ביי מיידלעך איז פעלערן מער זעלטן, אטאמאטיש קומט אויס אז מער בחורים מיט פעלערן קומען אן צו מיידלעך וואס זענען ריין פון פעלערן, און ווי פארשטענדליך פארקערט אויך, אסאך געלונגענע מיידלעך מוזען אנקומען צו בחורים מיט פעלערן, ווייל עס איז נישטא גענוג געלונגענע בחורים. נמצא, קומט אויס אז א מיידל וואס האט אפילו נאר א קליינע פראבלעים קען נישט ערווארטן א בחור מיט די זעלבע קליינע פראבלעים, ווייל אויף יענעם איז דא גענוג בעלנים אן קיין שום פעלערן, אלא מאי, ברויך זי ערווארטן איינער מיט אביסל א גרעסערע פראבלעים.
איין זאך בלייבט מיר נאר שווער נאכדעים, וואס טוט זיך מיטן "נחות דרגא ונסיב איתתא"?
_________________
הכל שריר וקיים
 |
|
|