די לעצטע שטיק צייט האבן די רשעים/משוגעים פון די זאליס/בני יואל, וועלכע מוטשען זיך שוין נעבעך באלד דרייסיג יאר איבערצוצייגן דעם סאטמארן ציבור אז אונזערע רבי'ס - צוערשט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און היינט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - ווילן אראפפירן פון וועג חלילה די סאטמארע חסידים, וואס לכבוד דעם האבן זיי יעדע שטיק צייט אפירגעזוכט א פרישע "עבירה" וואס אונזערע רבי'ס האבן כלומר'שט געטון און ווען די "עבירה" האט געקראכט האבן זיי כסדר געטראפן פרישע "עבירות".
אצינד האט ווייזט אויס שוין געקראכט דער באלון פון אלע "עבירות" וואס מ'האט "געטראפן" קעגן סאטמאר, האט זיך דער איד גענומען צו א נייע מערכה: היתכן מען אדווערטייזט אין ציוני'סטישע צייטונגען זאכן וואס פעלן זיך אויס צו אדווערטייזן דארט - מאיזה סיבה שיהי'.
מכלומר'שט איז דער קאמפיין אנגעגאנגען דורך "בריוו צו די רעדאקציע", און דער בלאט האט אין זייערע "בריוו צו די רעדאקציע" געענטפערט מיט זייערע ראיות פון אלטע זאכן וואס מ'האט אדווערטייזט אין אזוינע צייטונגען, וחוזר חלילה געקייט וואסער און געמאלן שטרוי.
ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען עמיצער האט מיר אריינגעשיקט נישט ווייניגער נישט מער, אן אדווערטייזמענט וואס "התאחדות הרבנים" האט אריינגעשטעלט די פארגאנגענע וואך אין די טריפה'נע ציוני'סטישע "המודיע"!!!
רחמנא ליצלן!
האט איצא גליק נאכנישט געהערט פון דעם נייעם איסור וואס די רשעים/משוגעים האבן ארויסגעגעבן, איבער אדווערטייזן אין אזוינע פלעצער? ליינט ער דען נישט "דער איד", דער פאן טרעגער פון רשעות און טיפשות אין היינטיגן דור?
אדער וועט עמיצער חלילה זאגן אז וויבאלד ס'האט אויסגעפעלט פאר התאחדות'ס ביזנעס מתיר צו זיין פאר אידן לכתחילה צו עסן ווערים, במילא מעג מען עס שוין אויך אדווערטייזן אין "המודיע" וועגן אין איסור חל על איסור [היתר...]?
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
תוקן על ידי - געגאנגען - 22/06/2007 16:42:48
