בית פורומים באבוב

רבינו שליט"א בארה"ק - יום הראשון!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/6/2007 04:05 לינק ישיר 
רבינו שליט"א בארה"ק - יום הראשון!

5:00 אזייגער אינדערפרי האט רבינו שליט"א געלאנדעט אין עירפארט אין אר"י, אינטן ביים פליגער האבן שוין  די עסקנים אפגעווארט מיט א קאר אין רבינו שליט"א איז גלייך ארויסגעפארן פין עירפארט קיין ירושלים  דאווענען שחרית אין די באבובע נייע שטיבל.

די בימ"ד איז געווען געפאקט קעפ אויף קעפ מיט הונדערטער חסידי באבוב וואס האבן שוין געווארט מיט א דארשט צו זעהן הדרת פניו פין רבינו שליט"א.

נאכן דאווענען איז די גאנצע עולם אריבער נעמען שלום, יעדער איז באזונדער אריין אין צימער איינס ביי איינס אין רבינו שליט"א האט אפגענומען שלום בסבר פנים יפות פין יעדעם אין מיט זיין לעכטיג צורה אריינגעשיינט אין יעדן הארץ א ווארימקייט מיט א פרייליכגקייט, ס'האט זיך דערזעהן ביים שלום נעמען הרה"ג רבי מאיר אייזלר שליט"א אין הרה"ג בנש"ק ר' לייבל סטעמפיל שליט"א.

די שלום נעמען האט גענומען גאהר לאנג - בערך 2 שעות - אין דערנאך איז געווען די קבלת פנים ווי אלע פיר זייטן פין בימ"ד איז געווען ארויפגעצויגן די שטאקעדיגע פארענטשעס וואס האט זיך גלייך אהנגעפיהלט - אין איבערגעפילט אין רבינו שליט"א האט משמיע געווען גאר ווארעמע אין היימישע רייד וואס האט שטארק באנמען די עולם וואס האט שוין אזוי לאנג געווארט צו הערן דברות קודש מפיו קדשו אזוי אויכעט האט מען געזונגען א לאנגע צייט ווארעמע אין לעבעדיגע ניגונים.

ביי די קבלת פנים האט זיך אויך באטייליגט די ירושלימער רב שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן די דרשות מיט די ניגונים אין צוזעהנדיג די ווארעמקייט צווישן די רבי מיט די חסידים אין מיט פיהלנדיג די אווירה של שמחה אין יום טוב'דיגע שטימונג האט ער גענומען די מיקרופון אין די האנט אין געזאגט " איך בין א קצת חולה, איך האב ליידער אסאך יסורים, אין יעדע טריט טוט מיר וויי, אבער איך מיז ענק זאגן אזש איך האב אזוי הנאה געהאט דא, אזוי אז יעדער טריט אהער האט זיך געלוינט אין זיכער זיך אויסגעצאלט", דומץ באבוב בירושלים הרה"ג  אליהו חיים שטרנבוך שליט"א האט אויכעט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער לכבוד רבינו שליט"א

פין דארט האט מען אהנגעהויבן די באזוכן ביי גדולי ישראל אין ירושלים.

די ערשטע צום באזוכן איז געווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס האט זעהר שיין אויפגענומען רבינו שליט"א.

ווען רבינו שליט"א איז אהנגעקומען האבן די גבאים פין בעלזא שוין געווארט אין גלייך צוגעפירט רבינו שליט"א , די בעלזא רבי שליט"א האט אויפגענומען רבינו שליט"א אין די  בית המדרש  בביתו נאוה קודש [וואס דארט נעמט ער נאר אויף די גאר גרויסע מנהיגי הדור שליט"א] אין אהנגעהויבן די שמועס מיט פרעגן רבינו שליט"א "וואס מאכט איהר באבובער רב?" אין אזוי ווייטער האבן די רבי'ס פארפירט א שמועס פין איבער א האלבער שעה וואס במשך הזמן האט מען מכבד געווען פירות אין געוואונטשן לחיים אין צום סוף זיך גאהר ווארעמט געגעבן די האנט פארן ארויסגיין.

אן אינטערעסאנטע דערציילונג האט די בעלזא רבי שליט"א דערציילט פין די ערשטע באבובער רב די מהר"ש זצ"ל אז כידוע האט די מהר"ש געהאט א שריפה אין זיין הויז ווען אלעס איז אינגאנצן ל"ע פארברענט געווארן, איז אין די שווערע מאמענטן געקומן א חסיד אין געוואלט געבן פארן רב ז"ל א קוויטל - אין די גבאים האבן עם אוועקגעשטיפט זאגנדיג אז יעצט איז נישט די ריכטיגע צייט - אבער די רב ז"ל האט דאס באמערקט האט ער צוגערופן די חסיד אין גענומען דאס קוויטל אין געזאגט פאר די גבאים אז "די הויז איז טאקע פארברענט אבער דיגעשעפט בלייבט ווייטער אפן".

אין די בעלזא רב שליט"א דרייט זיין קאפ אויף רעכטס אין אויף לינקס אין זאגט פאר רבינו שליט"א "איך זעה טאקע אז די געשעפט בלייבט ווייטער אפן" - רבינו שליט"א האט געענטפערט בענוונותו "אלעס איז דאך סייעתא דשמיא".

דערנאך האט די בעלזא רב שליט"א אראפבאגלייט רבינו שליט"א ביזן גאס אין געווארט ביז די קאר איז אוועקגעפארן.

נאכדעם האט רבינו שליט"א ממשיך געווען מיט באזוכן ביי -

די ירושלימער רב שליט"א הרב הגאון ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א
הרב הגאון ר' דוד סולויציק שליט"א בריסקער ראש ישיבה
כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א
אין כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א

ביי די באזוכן האבן די רבנים אין אדמורי"ם אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פרעגן רבינו שליט"א פרטים וועגן די באבובע מנהגים אין דערציילט סיפורים אין עובדות פין שושלת באבוב.

 שפעטער ביינאכט איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צוריק געקומען פאר א באזוך אין האט פארברענגט מיט רבינו שליט"א פאר איבער א 3/4 שעה.

ביינאכט איז רבינו שליט"א אריבער זיך משתתף צו זיין בשמחת נישואיו פין ר' משה סטעמפל'ס זוהן ני"ו אין דארט ווידער האבן זיך פארזאמלט א רוזן עולם פין היימישער יידן וואס "רצוננו לראות פני רבינו" אין רבינו שליט"א האט געטאנצן מצוה טאנץ כמנהג רבותינו הק' לבית באבוב. אזוי אויכעט האט זיך רבינו שליט"א דארט געטראפן מיט רחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א פין י-ם.

ויהי ערב ויהי בוקר - מארגן בליע"ה וועל איך אויכעט באריכטן וויאזוי די טאג איז אריבער במחיצת רבינו שליט"א.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2007 04:22 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2007 04:22 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2007 07:02 לינק ישיר 

http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=10445



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > רבינו שליט"א בארה"ק - יום הראשון!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext