בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שוידערליך! חסיד'ישער יונגערמאן באווארפן מיט שטיינער אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/7/2007 15:27 לינק ישיר 

גביר

"דעם חן און מהות פון א יודישע מחלוקה וואס גייט מיט את והב בסופה,"

איידישע מחלוקה איז אין ביהמ"ד
וואס זוכען זיי אין וואשינגטאן?

זיי מיינען גוט?

די גרעסטע שלעכטס פאר יידען בכל הדורות איז גערומען  פון יידען וואס מיינען גוט. ווען נאך זיי מיינן גאנץ כלל ישראל, איז השם ישמרנו, די סכנה איז כפול ומכופל.

די ציונים, משכילים, קארל מארקס, בונדיסטן, קאמוניסטן, יודנראט, אלעס האט געמיינט נאר גוט. 
די שטיינער וואס דיין חבר האט געכאפט, איז א בקשה. די בקשה איז:

ביטע טוה אונז נישט קיין אומגעבעטענע טובות. 
  




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/7/2007 22:29 לינק ישיר 

גביר
איך מיין אז דא קומט אריין אין שמועס גאר א וויכטיגע טעמע, וואס איך זעה אז דאס האט א שטארקע עפעקעט אויף אונזער מהלך המחשבה, אין כמה ענינים.

איז שלאגן ערגער וואו צו-מזיק'ן מיט ווערטער? ער האט דאך נאר געזאגט??!!! וואס האט ער דאן געטוען???!!!

לענ"ד קען ווערטער זיין אסאך ערגער וואו פיזיש הייבן הענט, און רעדן האס און פארענט פון אזעלכע מערדער איז א סאך ערגער וואו הייבן הענט.

למעשה, כלפי די נטורי קרתא האלט איך פערזענליך אויך ווי די, אז מ'זאל נישט הייבן הענט (וואו האסטו געזהן האס אין מיינע ווערטער?) אבער ס'איז קלאר אז ס'איז דא א שארקע צד אויף יא צו-טוען וואס יענע האבן געטוען. ס'איז נאיוו צו זאגן אז די רוצחים זענען זעך נישט מחיה מיט באקומען שטיצע פון די נטורי קרתא. איך האלט נאר אז די רוצחים וואלטן ממילא געמערדערט אפילו די נטורי קרתא וואלט זיי נישט געשטוצט, וועגן דעם האלט איך אז מ'זאל נישט הייבן הענט. אבער גיי זאג דעם תירוץ פאר די יונג ווייבער וואס זענן איבער-געבליבן מיט  יתומים אין שטוב א.ד.ג. וואס פארא תירוץ קען מען זאגן פאר זיי ווען זיי זעהן פרומע יודן שטייען צוזאמען מיט די רוצחים און האלטן אזעלכע סארט דרשות וואס די רוצחים האבן דערפון חיזוק. ס'איז קלאר אז זיי האבן חיזוק פון אזעלכע דרשות. פארדעם אליין איז אפשר כדאי צו טוען וואס מ'האט געטועןן אז די מעסעדזש זאל זיין קלאר אז מיר שטייען ווייט פון אזעלכע פארקרומעט קעפ.
און צום לעצט לאמיך דיר פרעגן: די האלסט אז די דרשות טוען אויף אז די פארשאלטענע מעדער זאלן נישט רצח'נן יודישע קינדער??? אדער אז ס'זאל זיי צוריק האלטן פון שיסן ראקעטן???
איך האלט אז די דרשות האבן גארנישט אויפ-טוען און, טוען גארנישט אויף און און גייען גארנישט אויפ-טוען און.
איין זאך האט עס יא אויף געטוען אז ביי זייער לעצטיגע "סימאפאטיע ארויסווייזונג" האבן זיי זיך באשמוצט פאר  די גאנצע ציוויליזירטע וועלט.



תוקן על ידי אנרגיה ב- 05/07/2007 22:29:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שוידערליך! חסיד'ישער יונגערמאן באווארפן מיט שטיינער אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext