בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בעלזא באבוב מדרש פליאה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/7/2007 10:38 לינק ישיר 
בעלזא באבוב מדרש פליאה

היינט ביי א קידוש האט זאך געטועהן לעבדיג א גאנצע פילפול, פארוואס האט דער בעלזער געגעבען אזויפיל כבוד פאר רמ"ד באבוב, נאכדעם ביי שלשסעודת אין גאר אן אנדערע שול, איז "אודך לעבעדיג" וועגען דעם זעלבען ענין, איינער שרייט דער בעלזער האט אופגעטון בן ציון אויף טערקיש, און דער אנדערע שרייט אז דער בעלזער האט איינדעקענהט ר מרדכי דוד האלץ באבובער רבי, מען האט געקהנט מיינען אז דער בעלזער האט דא געפאסקנט א פסק דין ווער איז באבובער רבי, און מיט דעם דערליינגיט בן ציון א פעסטען פאטש. 
וואס אני הקטן פארשטיי נישט איז, סי איז שוין דריי אדער פיר יאר וואס עס איז דא צווי באבובער רעבעס, דאס איז א מציאות, די נארישע טענה וואס מען שמוסעט ווער האט מער חסידים איז שטותים והבלים, יעדער און בארא פארק וויסט אז מער וייניגער האבען זיי די זעלבע עולם,  סיי ר' בן ציון און סי ר' מרדכי דוד זענהן שוין  א פאקט. אזוי ווי עס איז דא צווי סאטמער צווי ווישניץ, צעהן ספינקא איז דא צווי באבוב, קיינער פון זיי איז נישט קיין געוינער ווען מעהן זאגעט מיר באבוב און א פירוש וייס איך נישט וועמען מען מיינט, אזוי ווי ווען מען זאגט מיר סאטמער וייס איך נישט וועמען מען מיינט און קיין פירוש רש"י.
און לגבי דעם בעלזער, אויב דער בעלזער נעמט ווען נישט אויף שיין איינער פון די צווי באבוערס, וועלט ער געטהון א שטות וייל מה לו ולבאבוב אז א רבי וויל גיין צו אים אויף א באזוך דארף ר אים שיין אויפנעמען, רוב ליינערס וועלען מסכים זיין אז דער בעלזער איז נישט קיין טיפש אויב אזוי על מה הרעש. וואס פאייערן אזוי בן ציונע'ס חסידים, און וואס פרייען זעך אזוי מרדכי דוד'ס חסידים. מדרש פליאה

בין איך געגומעהן צו א מסקנא אשרי לי ואשרי חלקי אז איך בין נישט א חלק פון די שטותים והבלים, גוט וואך 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2007 02:24 לינק ישיר 

ראשון אחרון. לאמיר יעצט אפ לאזן די פאליטיק, אין בין נישט קיין בארא פארקער,איך ער אביסל פון אנדערע וואס זענען געווען דארט, ס'האלט נאכנישט ביי 50/50, אין נישט דאס איז די נושא.
די מציאות איז, אז א סתם חסידישע איד פון גאס דא אין ארץ ישראל, זיין מיינונג איז אז רב"צ איז די ריכטיגע באבובער [האלבערטאם, א זון פון זיין טאטן, אין א שיינע צורה, ער פארשטייט נישט וואס עפעס נישט ער], און רמ"ד איז די פאלשע [נישט קיין הלבערשטאם, האט נישט די באבובע צורה, אין וואס עפעס], אזוי איז א מיינונג פון א סתם חסידישע איד. איך רעד נישט פון מענטשן וואס האבן יא אביסל אריינגעטוהן און באטראכט אין די ענין, און האבן אביסל נאכגעקוקט אויף ביידע, און פארשטיין טאקע יא וואס עפעס ער. איך רעד פשוט פון סתם אן עמך איד, וואו ס'זעהט אויס פון דרויסן. ביי אזא איינער, אז ער הערט אז די בעלזער, וואס הייסט א גרויסע מבין אין א פיקח, רופט אויף איהם 'באבובער רבי', ס'מאכט אן רושם, אז ס'איז נישט קיין פאלשע זאך, אין ס'איז א פאקטע באבובער. ס'נעמט נישט אראפ פון רב"צ, האבער ס'געבט פאר רמ"ד א גרויסע לעגיטימאציע.

לגבי דעם בריוו, ס'איז פשוט אז די בריוו איז געווען במקומו, טאקע ער האט געזעצן שבעה אויף זיין ברודער, וואס עפעס די אלמנה מיט די טעכטער זאלן באקומען א בריוו פון בעלזער רב? בעלזער רב זאל שרייבן א בריוול צו רעבעצינ'ס? האט מען אמאהל געהערט אזעלכע רעיונות? אבער וואס יא. די טיטל (אדמו"ר מבאבוב) אויף רב"צ שוין אויפן ערשטן מינוט, בזמן אז אין די וועלט איז נאכנישט קלאר געווען ווער זיצט אויפן בענקל, איז געווען א סימן אז די בעלזער, אין נאכאמאל אלס א מבין און א פיקח, פארשטייט אז ער האט די בענקל. ווייסט אויס אז מיטן צייט האט ער געכאפט אז רמ"ד האט אויכעט די בענקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2007 02:04 לינק ישיר 

ער האט געדארפט מנחם אבל זיין די איידעמער וואס זענען נישט געזיצען שבעה?

בכלל נישט קיין טענה.

פארוואס זאל א רבי נעמען א צד ביי יענעם בכלל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2007 23:12 לינק ישיר 

ווי קאמיש..

ווער געדענקט דען נישט אז ביי די שבעה פונעם מהרנ"צ זצ"ל האט דער בעלזער רבי געשיקט דעם ניחום אבילים בריוו דירעקט צו מהרב"צ און נישט צו די איידימער אדער זיין אלמנה. ובכן וואס וועט איהר ציניקער יעצט זאגען אז דער בעלזער רבי האט ארום געגרייט דעם היטל???אתממהההההההה!



תוקן על ידי veaz ב- 11/07/2007 23:26:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2007 02:13 לינק ישיר 

SIM
איך עהר וואס די זאגעסט, איך פארשטיי נישט וואס איז שייך דא נישט פארגינען, רמ"ד און רב"צ האבען גע'ירשענט א רביסטווע, פונקט אזוי ווי א מיליונער'ס א זון יארשענט פון זיין טאטע מיליונ'עס.
חסידים קעהן מען נישט קויפן און דער פאקט אז זיי האבען ביידע סיי רמ"ד און סיי רב"צ אסאך חסידים דאס קעהן מען נישט אפלייקענען,
ווער האט מער אדער וויניגער אז ממש נישט שייך צו זאגען איך גיי צו ביידע. דאס איז  50/50 איז א מציאות ווער עס זאגעט אנדערש איז סתם א שקרן אדער א מחרחר ריב, רמ"ד חסידים'ס טענה אז אויב פופציג פרעצענט זענהן ארויס געגענגען מיט זיי האבען זיי נאך אסעך חסידים  וואס זענהן געבליבען און 48 איז שוועכע טענה לדעתי, יעדער וויסט אז ווער סי איז רמ"ד'ס חסיד איז פייער פאר אים און וועלעט נישט געבליבען דארט. און רב"צ חסידים'ס טענה אז רמ"ד האט צוגענומען ויינגער ווי העלפט איז אויך שטותים, ווער עס גייט דערט כסדר זעהט דעם פאקט אז זיי האבען  מנינים כסדרם דריי מאל א טעג גרויסע טישן און גרויסע מוסדות.
אלע אנדערע ענינים וואס מען טענהט אז רמ"ד האט די פייער מיט יונגערלייט, און רב"צ האט בנינים און אלטע אידען,  איז א מחלה וואס גייט אריבער,  פייער קעהן רב"צ אונצינדען און יונגלייט וועלהן צוקמען  מיט די צייט, די זעלבע מיט רמ"ד בנינים מיט אלטע יודן וועלען צוקומען מיט די צייט און צעהן יאר וועלן אלע וואס שלאגען זאך בלייבען חוזק,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/7/2007 23:18 לינק ישיר 

איך וועל דיר עקלערן. אין אר"י ווייסט מען נישט גוט די פאקטן פון בארא פארק, כלפי חוץ הייסט דאס אז רב"צ איז דער ריכטיגער באבובער, אין רמ"ד פראבירט ארויס כאפן, און קיינער אין די ברייטע גאס פארגינט איהם נישט, ווייל ער זעהט אויס אלס איינער וואס וויל אוועק כאפן אהן יושר'דיק. וועגן דעם אז די בעלזער האט יא מכיר געווען אין די פאקט, איז דאס א גרויסע חידוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2007 16:56 לינק ישיר 

לכבוד שבת, דיינע ווערטער שטימען נישט, איך גלייב שווער אז ר' בנציונ'ס חסידים האלטען אז בעלזא איז מיט זיי, קודם פאר וואס זאל דער בעלזער נעמען א צד, אזא צד בריינגעט עגמת נפש נישט קיין כבוד.
צוויטענס אויב א'צד האט דאך ר' בן ציון אים נישט געגהבן אן האנט און כולל חבת ירושליםפארו ואס האבען בןציונס מענטשען געמיינט אז בעלזא האט אים מוחל געווען.
הלכה למעשה גלייב איך אז אפער נערישע קינדער וואס האבען דא אן אינטערס מאכען א גאנצע מעשה פון א שטות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2007 16:24 לינק ישיר 

נע, פשוט מאוד - רב"צ'ס חסידים שרייען שוין 3 יאהר אז דער בעלזער האלט אז ב"צ איז דער זאך אין כאילו ער האט אפאהר מאל שוין גערעדט אקייגן רמ"ד - אין ממילא איז די כבוד וואס ער האט גיגעבן פאר רמ"ד א פאטש פאר זיי ווייל עס האט זיי אויפגעוויזן ווי זייערע מנהיגים פארקויפן זיי שוין 3 יאהר לאקשן.

אין ווער ווייסט וואס נאך אלס איז נישט אמת.............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בעלזא באבוב מדרש פליאה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext