| נשלח ב-4/7/2007 05:46 |
|
| |
מהר"א מסאטמאר פארט מארגן אין ליווינגסטאן מענאר קעמפ. קיינער טאר נישט מיטקומען
מהר"א מסאטמאר שליט"א פארט מארגן אין קעמפ, און האט געזאגט אז ער וויל אז קיינער, בלי יוצא מן הכלל זאל נישט מיטקומען.
דער רבי האט געזאגט אז ער וויל נישט מ'זאל מבטל תורה זיין איין מינוט. נישט מאכן קיין סיינס. ער וויל קומען צו די קינדער און די קינדער דארפן נאר לערנען, גארנישט מער.
דערנאך וועט ער פארן קיין איחוד קאנטרי צו די קינדער דארט.
פרטים יבואו
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 11/07/2007 17:43:35
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 22:35 |
|
| |
איך האב נישט קיין בילדער, כ'גלייב אז איינער האט דארט גענימען בילדער און וועט עס שוין ארויפלייגן דא, איך האב נאר נאכגעשריבן וואס איך באקום אויף די טעקס מעסעדזשע'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 22:35 |
|
| |
רבינו שליט"א איז שוין אוועקגעפארן פון קעמפ בשעטומ"צ בערך 15 מינוט צירוק, און קומט אהן
קיין קרית ויואל משה ד'סאטמאר - איחוד קאנטרי אין 10-5 מינוט ארום, ווי נאנט צו 500 קינדערלעך זענען אויסגע'שורה'ט ביי ענטרנ'ס נומ. 2, און ווארטן בכליון עינים לקבל פני כ"ק מרן
אדמו"ר שליט"א בשמחה ובשירה
(פארשטייט'זיך אז דער וועטער שפילט מיט און ........ס'רעגנט כנהוג ווען די רבי שליט"א קומט אין קאנטרי.... )
תוקן על ידי משמשבקודש ב- 04/07/2007 22:37:54
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 21:48 |
|
| |
אידעלע, צייכען אן איין זאך וואס איז יא "בעד...."
שכח מיין-פען פאר די באריכט, האסט בילדער?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 21:15 |
|
| |
wow א לעבעדיגע באריכט פון א ארונישער מלמד.
נאט בעד...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 21:02 |
|
| |
רבינו שליט"א זאגט יעצט די דברות קודש פאר די ילדי תשב"ר.
מו"ה יודא בער טעלער, מנהל רוחני פון די עטלטערע כיתות אין סאטמארע תלמוד תורה אין וויליאמסבורג האט אויסגעריפן, אז די אלע קינדער וואס וועלן לערנען שעות רציפות אין די קימענדיגע וואכן, וועלן קענען געבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א, וואס ער וועט פארליינען ביי די קברי צדיקים, ביים ניסעה לארץ הקודש, אונעם קימענדיגען חודש.
אויפן אויבן-אן איז מערקבאר די געטרייע הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג און בארא פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 18:11 |
|
| |
אפדעיט:
רבינו שליט"א איז אנגעקימען אינדערפרי, ווען די קינדער האבן געהאלטן אינמיטן לערנען די פארטאגס שיעור פארן דאווענען, די רבי שליט"א האט זיך ארימגעדרייט אין ביהמ"ד א האלבע שעה, געקוקט וואס די אינגלעך לערנען, און אויך פארהערט עטליכע קינדער דארט אין ביהמ"ד,
יעצט האלט מען אינמיטן דאוווענען שחרית, (ס'איז מיט דארט א שעה צוריק געריקט)
|
|
|
|
|