רבינו שליט"א וועט פירן אי"ה טיש אין מירון...
מיט גרויס התרגשות איז נתקבל געווארען די ידיעה אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועט פראווען דעם סעודת הילולא פונעם ייטב לב זי"ע ביום ו' אלול אינעם חצר פונעם ציון המצוינת של רשב"י אין מירון.
דער חצר וועט ווערן צוגעגרייט צו קענען אויפנעמען דעם גרויסען עולם מיט 20 שטאקיגע פארענטשעס אויף אלע זייטען, כדי יעדער זאל קענען בעזרת ה' מיטהאלטן דעם גרויסארטיגן התעוררות טיש.
דער התעוררות טיש וועט זיין א ספעציעלע הכנה צו די ימים הנוראים הממשמשים ובאים, מיט גוואלדיגע התעוררות ניגונים, און הארציגע דברי תורה פון רבינו שליט"א לעורר רחמי שמים מרובים על הכלל ועל הפרט.
ווי עס קוקט אויס וועט דער התעוררות טיש זיין דער קלימאקס פון די נסיעה לארה"ק.
|
|