בית פורומים כל העולם כולו

די נסיעה פון מהר"א מסאטמאר קיין ירושלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/7/2007 21:32 לינק ישיר 
די נסיעה פון מהר"א מסאטמאר קיין ירושלים


תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 11/07/2007 17:42:45



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2007 09:18 לינק ישיר 

פונקט ווי סאיז אונטערגעגאנגען נאך די נסיעה פון אונזערע הייליגע רביס די פריערדיגע יארן.

אגב, האסט נאכנישט געענטפערט אויף דעם גראבען ליגענט וואס דו האסט פארקויפט אינמיטן אז די חברי הבד"ץ און דושינסקיא רבי זענען נישט געווען ביים קבלת פנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2007 08:23 לינק ישיר 

איך האב טאקע היינט געהערט אז אולמערט גרייט שוין צו א מסיבת פרידה, ווייל די מדינה גייט אונטערגיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2007 06:18 לינק ישיר 

דער שטורעם וואס סאטמאר האט פאראורזאכט אין ארץ ישראל לאזט נישט נאך. איך ציטיר פון עמיצן וואס האט עסטאבלישט א נייע תורה ראדיא (אן אריינגיין אין די עצם זאך וואס יענער האט געטון):

"Bringing a Torah scroll to the heretical Broadcasting Authority is a great victory," Ba-Gad said. "Just like how the Satmar Hasidim did to the Zionists last week when they laid the cornerstone for their institutions on the ruins of the Edison Theater."

http://www.haaretz.com/hasen/spages/900485.html




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/9/2007 05:58 לינק ישיר 

איך שרייב דא איבער די תגובה פון דוד46, אז סזאל בלייבן לדראון עולם זיין אומפארשעמטע אפענע שקרים, דארט וואו סאיז דא אפענע בילדער פון אלע 4 ביים קבלת פנים!!!!!!!!!!

quote
ווייסט עמיצער פארוואס די פאלגענדע רבנים זענען נישט געווען ביים קבלת פנים?


די שרי התורה הגאונים הצדיקים רבי יושע ראזענבערגער שליט"א, רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, רבי יעקב מענדל יוראוויטש שליט"א אלע 3 חברי הביד"ץ.

דער מחותן פונעם מאנראוער רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
/quote



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2007 22:37 לינק ישיר 

http://www.netonews.co.il/Front/Newsnet/reports.asp?reportId=204890



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2007 00:05 לינק ישיר 

Rabeini shlita dancing in Miron

http://www.gigasize.com/get.php/3195444237/MVI_2551.AVI




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/8/2007 23:41 לינק ישיר 



ווער קען ביטע ארויפלייגן דעם געוואלדיגן קליפ אויף צופר.
פאר דעם תועלת פון די דזשעינעט באנוצער

עס איז אויך דא אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=JkpB_j4dTbo

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2007 19:07 לינק ישיר 

רבינו בעמדו על הר הצופים מעמד מלא רגש ורטט

http://video.google.com/videoplay?docid=-5552122843549831126



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2007 17:47 לינק ישיר 

אז דער פראפעסאר הידוע וויל האקן און אפשפעטען פון רבינו שליט"א אזוי ווי אלע פרייע צייטונגען טוען פאר וואס שרייבט ער די ווערטער?

קעגן די פרייע , די ציונים, זענען אלע קנאישע קרייזן פאראייניגט מיטן דעה אז רבי אהרן האט מקדש גם שמים געווען און ער האט מחזק געווען זייער מחנה מיט זיין כוונה צו בויען א געגנט פאר זיינע חסידים אויף די חורבות פונעם טיאטער עדיסאן, א בנין מיט א סימבאלישע באדייט אין ירושלים, אפילו "המודיע" די ארגאן פון אגודת ישראל, די היסטארישער אידיאלאגישע קריגער מיט סאטמאר, האט אוועקגענייגט פון די געווענליכער גאנג וואס די חסידות ווערט דערמאנט אין איר, און זיי האבן באריכטעט די נייעס

נאר זעט אויס אז ער אלץ שרייבער אינעם אלגעמיינער, ווייסט ער אויך פון דעם כלל אז כדי מען זאל גלייבן דעם ליגענט מוז מען זאגן אביסעל אמת אויך, און אפשר אזוי וועט מען גלייבן אלע זיינע שטותים און לגיונות וואס ער שרייבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2007 07:57 לינק ישיר 

פאטאקי און פאר אלע אנדערע וואס פארשטייען נישט קיין עברית, האב איך איבערגעזעצט דעם ארטיקל פון הארץ.

איך האב פרובירט עס צו לאזן ממש ווארט ביי ווארט עד כמה שידי מגעת.

 

 די ארוינים קעגן די זאלונים

פון תמר רותם

ירושלים האט געוויזן א קאלטן אקסעל (cold shoulder) צום אדמו"ר פון סאטמאר. די אנדערע אדמורי"ם און די חרדישע גאס האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון זיין אנוועזנהייט און א גאנצע צייט האט געקאכט פון אונטער די קוליסן די אנגעצויגנקייט מיט זיין אינגערע ברודער, ר' זלמן לייב.

די ווענט פאר די צעטלעך אין ככר השבת אין איר אומגעגנט בייגן זיך אונטער, ווי געווענליך, פון אונטער די שפע פון כיבודים פאר רבנים וואס די עדה החרדית וויל אין זייער עהרע (חפץ ביקרם). נאר צו דעם באזוך פון אדמו"ר פון סאטמאר איז נישט דא קיין שום אנדענק און מאה שערים, אויך די פאשקעווילן, וואס האבן נישט קיין שום אפהאלט, וואס קלעבן איינער אויפן צווייטן, וואס ברענגט ארויס די טיפע קאנפליקטןן צווישן חסידישע הויפן וואס קריגן זיך, איז נישט דא קיין שום באציאונג צו אים.

די באזוך פון די אדמו"ר ר' אהרן טייטלבוים, וואס איז אנגעקומען צום ערשטן באזוך אין ירושלים אונטערן שאטן פונעם טיפע טיילונג אין סאטמאר, וואס איר צענטער איז אין אמעריקע, ווערט אויפגענומען מיט א דונערדיגע שווייגעניש, נישט דא קיין מודעות וואס לויבן און עס איז נישט דא קיין פאשקעווילן וואס שעלטן. פארקערט ווי אנגענומען, איז אפילו א לוח הזמנים נישט נתפרסם געווארן לטובת די פארבייגייער.

 די ווענט פאר די צעטלעך טוען אויך נישט ארויסגעבן די טיפע טיילונג אין סאטמאר, וואס האט זיך צופלאקערט נאכן טויט פונעם פריערדיגן רבין, רבי משה טייטלבוים, פאראיאר, די קאנפליקט צווישן די צוויי חסידישע הויפן, די וואס איז אונטער די אנפירערשאפט פונעם עלטסטן זון פונעם נפטר, אהרן טייטלבוים, און די וואס איז אונטער די פירערשאפט פון זיין אינגערען ברודער זלמן לייב, האט צוגעברענגט צו אסאף געשעהנישן פון שלעגערייען און אמעריקא און אויך און ארץ ישראל, לעצטענס הערשט א געוויסע רואיגקייט, ספעציעל נאכדעם וואס דער אמעריקאנער געריכט האט זיך אריינגעמישט אין די צוטיילונג פון די ירושה, און די טעג פון די באזוך פונעם רבין איז פארגעקומען א צייטווייליגער פייעראפשטעל צווישן די קריגערישע גרופעס. אבער פון אונטער די קוליסן, האט די אנגעצויגנקייט געקאכט מיט א שטארקייט אן אפשטעל.

קעגן די פרייע , די ציונים, זענען אלע קנאישע קרייזן פאראייניגט מיטן דעה אז רבי אהרן האט מקדש גם שמים געווען און ער האט מחזק געווען זייער מחנה מיט זיין כוונה צו בויען א געגנט פאר זיינע חסידים אויף די חורבות פונעם טיאטער עדיסאן, א בנין מיט א סימבאלישע באדייט אין ירושלים, אפילו "המודיע" די ארגאן פון אגודת ישראל, די היסטארישער אידיאלאגישע קריגער מיט סאטמאר, האט אוועקגענייגט פון די געווענליכער גאנג וואס די חסידות ווערט דערמאנט אין איר, און זיי האבן באריכטעט די נייעס. אין אמת'ן אריין, איז דער שריט געווען געצילט פאר אינערליכע פאליטישע צילן: אהרן טייטלבוים וויל שלאגן ווארצלען און דעם פעסטונג פון זיין ברודער-קריגער- אין ירושלים

אן די הכשר פון די בד"ץ 

ירושלים האט געוויזן א קאלטן אקסעל (cold shoulder) צום אדמו"ר פון סאטמאר. די עדה החרדית, די ארגאנעזאציע וואס פאראייניגט אונטער זיך די עקסטרעמע קרייזן אין ירושלים, וואס סאטמאר איז א טייל פון איר פלייש, האט נישט מפרסם געווען א רוף וואס אידענציפירט איר [מיט סאטמאר] פארן באזוך, שפעטער האבן זיי [ביד"צ] אנגענומען א ווייטערן גאנג: צו דער פייערליכער מיטאג וואס איז אפגעראכטן געווארן זונטאג און א זאל אין די תלפיות געגנט אין ירושלים, איז נישט געגעבן געווארן א הכשר פון די בד"ץ, צום סוף האט מען מסכים געווען צו געבן א הכשר פון אן אנערקענטע רב, א חבר אין די ערה, וואס מען רעכנט אים א אייגענע שטעלע.

מיט די עדה, איז אין דעם זעלבן גאנג געגאנגען אנדערע רביס און די חשובע חרדישע מוסדות אין ירושלים, נאך אלעם הערשט זלמן לייב אויף די מוסדות און אויף די געלט, עס איז בעסער זיך צוריקצוהאלטן פון יעדע באווייז וואס וועט אויסגעטייטשט ווערן ווי א אויסדרוק פון שעצונג צום רבין. אזוי איז געשעהן אז די רבי אהרן מיט זיינע חסידים זענען איזאלירט געווארן, "די רבי פארשטייט זיך האט געבעטן אז עס זאל נישט זייך א גרויסע צערעמאניע" פארענטפערן זיינע חסידים, וואס ווערן אנגערופן ארוינים, די באציאונג צו אים. זיכער, לאכן די זאלוינים אין אנטווארט, די חסידים פונעם אינגערען ברודער, וואס ווארטן מיט הנאה פאר א דורכפאל פונעם רבין.

רוב עולם וואס איז געווען ביי די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די געגנט, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע מיטוואך אויבן רחוב ישעיהו, האט זיך געציילט פון חסידים וואס האבן באגלייט דעם רבין אויף זיין רייזע פון אמעריקע אדער אזעלכע וואס וואוינען אין בני ברק. די ירושלימער סאטמארע, שטיצער פון זלמן לייב, האבן צוריקגעהאלטן זייער פוס פון די געשעהניש. זיי זענען נישט די איינציגסטע. לכבוד די באזוך איז געגאנגען פון האנט צו האנט מאפעס וואס דארט איז געווען אנגעצייכט גאסן וואס איז פארבאטן צו זיין דערין אין די צייטן וואס די אהרוינים זענען דארט. אזוי גרויס איז די שנאה צווישן די צוויי גרופעס, אז איינער פון די איינוואוינער פון מאה שערים האט מסביר געווען אז די טומאה וואס איז ארויף ארום די מעמד הנחת אבן הפינה איז ערגער ווי די טומאה פון די מצעד התועבה.

 דער היסטארישער פעסטונג פון די סאטמארע אין ירושלים, אויף רחוב יואל – א גאס וואס איז גערופן געווארן אויף די נאמען פון די נביא יואל, אבער די חסידים האלטן אז עס הייסט נאך זייער גרויסן רבין, הרב יואל טייטלבוים – איז געווען אינדרויסן פון שטח, די זאלוינים האבן געזארגט צו פארשפרייט א קלאנג אז זיי האבן געדינגען סעקיוריטי, כדי די ארוינים זאלן זאלן נישט אריינדרינגען דארט. אבער זעהט אויס אז די ארוינים האבן געטוהן וואס זיי האבן געקענט צוריקצוהאלטן געשלעגן.

ווי זענען די רביס

פרייטאג צו נאכטס איז פארגעקומען אין די גרויסע שטח אין ככר זופניק, די גרויסע טיש, וואס האט געצויגן הונדערטער, צוויי אזייגער ביינאכט, ווען די טיש האט זיך געענדיגט, האבן די באטייליגטע געווארט אויפן רבין א האלבע שעה, כדי אים צו באגלייטן מיט די חסידים ביז זיין הויז, זיי זענען אנטוישט געווארן צו אנטדעקן אז ער איז נעלם געווארן אין בתי זופניק וואס איז נאנט צום שטח און דערנאך איז ער אוועקגעפירט געווארן מיט זיינע מקורבים אויף א זייטיגע וועג.

די חסידים, וואס א חלק פון זיי באשולדיגן די רבי מיט דערווייטערונג און שרעק און אנדערע זענען מסביר אז זיין אויפירונג קומט פון דרוק וואס גרעניצט זיך מיט דערנידערונג, באטראכטן די באזוך מיט א פארגערעסערונג גלאז. לויט די נישט געשריבענע פארשריפטן, איז א חלק פון די צייט פון א רבי וואס קומט באזוכן פון אויסלאנד באשטימט פאר באזוכן ביי רבנים און צוריקצוגיין באזוכן. וועגן די האקעלקייט פון די באזוך פון ר' אהרן איז יעדע אפנויג פון די פארשריפטן געווען די געשפרעך פון טאג און די שטיבלאך (בתי מדרשים) אויף די גאס און אין די חרדישע פורומס.

האט סיי וועלכע פאסירונג פאראורזאכט אז די צוויי רביס וואס וואוינען אין מאה שערים, פון תולדות אהרן, און פון תולדות אברהם יצחק, פונקט נישט געווען אין שטאט? און ווער איז געבליבן אין ירושלים? סאטמאר, א חסידות וואס צייכנט זיך אויס מיט עקסטרעמיזם, האט זיך פון אייביג געפירט צו באצייכענען ווער עס געהערט צו אירע פיינט און נישט צו אירע פריינד. פארשטייט זיך אז די רבי גייט אפילו נישט טראכטן פון גיין באזוכן די בעלזער רבי (זיין שוואגער, חתונה געהאט מיט זיין ווייב'ס שוועסטער) און די גערער רבי. די צוויי הויפן זענען א חלק פון אגודת ישראל וואס שטיצט ציונית. דערפאר האט זיך ר' אהרן באגנוגנט מיט באזוכן וואס געבן אים א ליבעראלן אויסקוק, צווישן אנדערע האט ער באזוכט ביי די ערלויער רבי, וואס ווערט פארעכנט ווי א אנהענגער פון אגודת ישראל, "ציוניסט" און ביים קלויזנבורגער רבי.

סאטמאר אין אמעריקא ציילט בערך צוואנציג טויזנט משפחות, וואס וואוינען אין מאנרא אין אין וויליאמסבורג, מאנרא איז באהערשט דורך די אהרונים און אין וויליאמסבורג האט זיך אנטוויקלט די קהילה פון זלמן לייב. אין ארץ ישראל ציילן זיך די חסידים אביסל מער ווי טויזנט משפחות, וואס זענען געצענטערט אין ירושלים און אין בני ברק. בני ברק ווערט פאררעכנט ווי א פעסטונג פון ר' אהרן, ווייל דארט וואוינט זיין שווער, די וויזניצער רבי, ירושלים איז די מקור פון ר' זלמן לייב'ס כח, אפילו עס איז דא אפאר משפחה-גרופעס פון ארוינים. די נייע געגענט וועט צוגעבן א באדייטענטע כח צו די משפחות

אינעם שפיץ פונעם טיפן קריג וואס צוטיילט סאטמאר שטייט די ירושה פון די כאריזמאטישער גרינדער און דער אידיאלאג פון די חסידות הרב יואל טייטלבוים, במשך די יארן איז פארשטויסן געווארן די אידיאלאגישע חלק, און די געפעכט האט באקומען אן אויסקוק ווי א געראנגל אויף פעסטונגן, און בעיקר אויף ריעל עסטעיט.

מיט די הילף פון די גבאי

ר' יואליש, אזוי ווי די גרינדער ווערט גערופן דורך זיינע חסידים, האט נישט געהאט קיין קינדער, זיין משפחה איז געהרגט געווארן ביים קריג און די נעקסטע באצייכנטע רבי איז געווען זיין ברודער'ס זון, [ר'] משה, אבער די "בני יואל", די עלטערע חסידים וואס האבן באקומען שטיצע פון זיין פארהעלטנסמעסיג יונגע ווייב פון ר' יואליש און פון א רייע פון נדבנים, האבן נישט מסכים געווען צו אנערקענען אין אים אלס יורש, זיי האבן געוואלט ווארטן און קרוינען ווען עס וועט קומען די צייט די "ינוקא" (א טיטל פאר א גאר יונגע רבי), זלמן לייב, וואס זיין בילד זיצנדיג אויפן שויס פוןן הרב יואליש, האט אנגעצינדען זייער פאנטאזיע.

אלס די עלטסטע זון, וואס ווערט אייביג באצייכנט ווי די נעקסטע רבי, האט אהרן טייטלבוים געזעהן אין זיך דער ממשיך פון זיין טאטע און פון ר' יואליש. ער האט אויך געקריגט זיין טאטן'ס קריג, און פארדעם האט ער געזארגט, צוזאמען מיט די גבאי, צו דערווייטערן זיין ברודער קיין ירושלים. אזוי האט זלמן לייב זיך אנגעזאמלט כח אין ירושלים, ער האט באהערשט די חשובע מוסדות פון די חסידות און אויף איר געלט, ר' אהרן האט זיך אנגעזאמלט אסאך מער חסידים, אבער האט זיך אויך פארמערט פיינט, דער טיילונג האט זיך אנטדעקט ווען ר' אהרן האט זיך צוקריגט מיטן גבאי. דער לעצטער האט אים אראפגעמאלן אין א נעגאטיווער ליכט פאר זיין טאטע און ער האט געזארגט צו ברענגען זלמן לייב פון ירושלים און אים קרוינען אלס רבי.

האבן די ארוינים געזיגט דאס מאל? ווענדט זיך וועמען מען פרעגט. אין מאה שערים זאגט מען אז ווען מען רייצט זיך מיט א זלויני אז די טיש וואס אהרן האט געפירט איז געווען געלונגען, ענטפערט ער: שטעלט ענק פאר ווי אזוי עס גייט אויסזעהן ווען די רבי גייט קומען.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2007 14:34 לינק ישיר 

גביר איך האב אויך געזען ער איז געווען ביי איינע פין די חתונות דארט

_________________

Support our troops




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2007 10:53 לינק ישיר 

לגבי דעם ארטיקל אין (עם) הארץ, איז יעדעס ווארט איבריג. יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט אליין אז זיי קענען אזא ארטיקל נישט צאמשטעלן אן קיין הילף. און פון ווי זיי האבן געהאט הילף איז זעלבסט פארשטענדליך, וד"ל.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2007 10:47 לינק ישיר 

על
איך ווייס נישט צו די האסט שוין געזען ערגעץ, אבער איך האב שוין געזען ערגעץ (איך געדענק נישט ווי) א בילד ביים ערלויער רב.

איך האב אויך שטארק הנאה דערפון, ווייל איך האלט אויך שטארק פון עם. (כאטש ער איז ליידער געכאפט אין ציונות).

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2007 07:41 לינק ישיר 

איך האב געזיכט די עקסטערע ביילאגע אין 2 געשעפטן אין מונסי אבער איך האב עס נישט געטראפן איך האב ליידער געדארפט קויפן די העולם החרדי

sim א גרויסן דאנק

_________________

Support our troops




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2007 13:27 לינק ישיר 

איך וויל וויסן צי ס'איז דא בילדער דערפין ווייל איך האלט פין אים...

_________________

Support our troops




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די נסיעה פון מהר"א מסאטמאר קיין ירושלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 8 9 10 לדף הבא סך הכל 10 דפים.

bholext