בני יואל/זאליס פעלשן לעדערהעד פון התאחדות הרבנים
איצא גליק איז געפערליך צוקאכט, די בני יואל/זאליס האבן געוואלט מאכן א פראטעסט אנהייב וואך, אבער וויסנדיג אז זיי וועלן נישט האבן דארט קיין מנין אויב זיי גייען אין זייער אייגענעם נאמען זענען זיי אויפגעשטאנען מאנטאג צופרי און געגעבן אויפאמאל א הענג אויס פלאקאטן מיטן פאלשן לעדערהעד פון "התאחדות הרבנים" כאילו זיי פאררופן א פראטעסט פארנט פון מדינת ישראל קאנסולאט.
איצא האט געוואלט אריינלייגן א הכחשה אין דער איד, אבער ווי עס קוקט יעצט אויס וועט עס משה פרידמאן בשום אופן נישט אריינלאזן, ווייל ער וויל צופיקסן איצא דערויף וואס לעצטנ'ס דערשרעקט ער זיך אביסל פון די אהרונים און האט שוין איינגעפירט עטליכע שינויים לטובה אין די בעקערייען אונטער זיין השגחה אויפן פארלאנג פון די סאטמארע "משמרת הכשרות" פון וויליאמסבורג.
ווי עס קוקט אויס גייט דארט גיין פייער איבער די טעמע, ווארט צו אביסעלע...
יעצט זאל איצא עסן אביסל זיינע אייגענע פירות פון פארוואנדלען התאחדות הרבנים אין א לעדערהעד.
|
|