אבלי ציון וחסידיה......
איך קום אריין אין בית המדרש הגדול אין וואש זיך צום סעודה ההילולא פין די רב זצ"ל אין איך קוק זיך ארום אין איך וואונדער זיך "טאקע א פיל בימ"ד מיט טישן אין בענק" אבער ווי זענען די פארענטשעס?
ווי וועלן די בחורי חמד שטיין אין מיטהאלטן די געהויבענע הילולא?
די רב שליט"א קומט אריין אין זאל אין די גאנצע עולם שטייט אויף לכבודו אין ערשט דעמאלטס באמערק איך ווי די גאנצע אנדערע זייט פין ווי איך זיץ 'איז באזעצט מיט הונדערטער בחורים אין קינדער פין כיתה ח' אין העכער ביז די מתיבתא' !!
דא בין איך שוין געווארן היבש נייגעריג צו זעהן וואס גייט פאר "באמת" אין בימ"ד.? ווי איז דער עולם?
-נישט קיין פארענטשעס,
-א געווענליכע אויבן אהן,
-קינדער פין כתה ח' זיצן אזוי גלייך ווי זקנים פין קרוב צו ניינציג,
-דא אין דארט ליידיגע זיץ פלעצער,
א קיצור אינמיטן די רב'ס דרשה איבער אהבת ישראל אין אהבת חברים האב איך באשלאסן צו געבן א קלארן קוק פין דער נאנט אין צו זעהן מיט די אייגענע אויגן וואס גייט דא פאר.
צו איז געווען גאר לייכט אין שנעל צו פעסטשטעלן וויפיל זיץ פלעצער מען האט אהנגעגרייט, זיצנדיג פין מיין פלאץ האב איך געציילט אז אויף יעדן שורה איז צוגעגרייט 36 זיצן אין געציילט האב איך 22 שורות (איין זייט 12 אין די אנדערע זייט 10 = 22 ) דאס מיינט גאנץ פשוט 792 זיצן אינ'ם גאנצן בית מדרש הגדול אין אויפן אויבן אהן איז געווען נאך א 40 זיצן אקיצור א מעשה הכל בכל מכל כל – זקנים בעה"ב אברכים בחורי המתיבתא בחורי כרם שלמה כתה ט' כתה ח' מיט נאל אפאהר ליידיגע זיצן אלעס אינאיינעם [לאמיר צולייגן נאך א 50-60 מענטשן וואס זענען געשטאנען ארום אין ארום אין קוים אהנגעפילט א געלעכערטע שורה פין שטייענדיגע מענטשן]
ווייניגער ווי 900 נפשות ביי די יומא דהילולא פין הייליגן טאטן זכרונו לברכה?
איך וועל זאגן דאס אמת אז א חבר וואס איז געזיצן לעבן מיר האט מיר אויכעט אריינגערוימט אין אויער אז ס'זעהט עפעס נישט אויס מורא'דיג, אין אז נישט אזוי האט אויסגעזעהן די רב ז"ל יאהרצייט סעודות בחייו פינ'ם מהרנ"ץ ז"ל.
דער אמת איז אז נישט נאר איך מיט מיין חבר האבן דאס באמערקט נאר יעדער איינער במקומו האט דאס באמערקט, קיין איין נארמאלער דערוואקסענע מענטש פילט נישט באקוועם צו זיצן ביי א טיש לעבן 12 יעריגע קינדער.
בכלל ווען צו איז נאר געפלויגן א פלעש פין א קאמערע האט זיך די גאנצע עולם געגעבן א דריי צוזעהן אויב צו איז נישט נאכאמאהל עפעס א קארטשינער וואס גייט דא נאכאמאל אהנמאכן בזיונות מיט בילדער פין א ליידיגן טיש אזוי ווי זיי האבן אונז מיאוס אפגעטוהן ביי די גרויסע חתונה.
א.א.ל. מיט מ.ג. מיט י.ב. האבן זיך אגאנצן טיש זיך געדרייט לעבן די טירן פין בימ"ד אין געקוקט מיט קרומע אויגן אויף יעדער וואס האט נאר ארויסגענומען א קאמערע פין די קעשענע, אין טאקע אפאהר חבר'ה האבן זיך דערשראקן פין זיי אין זענען ארויפגעלאפן כאפן בילדער פין ווייבער שיהל.
בכלל פארשטיי איך נישט די קאפ פין די סדרנים, אז ענק גרייטן נישט צו קיין פארענטשעס אין ענק רעכענען זיך אפילו נישט פאר מער ווי 4/500 אינגעלייט מיט 3/400 קינדער מיט בחורים אין גרייטן אהן פלאץ פאר קוים 800 נפשות,
איז פארוואס גרייט מען צו דאס פלאץ אזוי אז יעדער זאל אין איין מינוט זעהן אז ס'איז בושות, קען מען נישט בעסער אהנגרייטן רונדיגע טישן גרויסע מיט קליינע כדי צו פארשווערן פאר אן איש פשוט כמוני צו קענען ציילן מיט צוויי בליקן די גאנצע ס"ה פין די זיץ פלעצער?
אין בכלל אויב כדי צו בארוהיגן די עולם זאגן ענק
-אז די פארענצ'ס לייגט מען נישט ווייל די רב שליט"א וויל נישט אז מ'זאל זיך שטיפן אין הארגענען אויף די פארענטשעס
-אין אז די קינדער מיט בחורים עסן צוזאמען מיט די יונגעלייט איז פשוט ווייל זיי זאלן קענען מיטהאלטן מיט א רחבות אין נעימות צו די רב'ס דרשה,
פארוואס קען מען נישט אויפהענגען א "קליין צעטאלע" אז מ'טאר נישט כאפן קיין פיקטשער'ס ווייל צו בליטשקעט אין די רב'ס אויגן אין שטערט איהם פין קוקן נארמאל?
-די עולם וועט עס אהננעמען בהבנה רבה אזוי ווי מ'נעמט אהן די איבעריגע הסברות!! – נישט אזוי?
מורי ורבותי!
ר"ח אב יו"ד פינ'ם רב שליט"א'ס טאטן הלא הוא רבינו זצ"ל וואס האט אונז געפירט פאר קרוב צו 70 יאהר אין אונז אויפגעהאדעוועט אין איז געווען צו אונז ווי א טאטע! אין די רב שליט"א מיט די גאנצע "התחדשות" אין מיטן גאנצן ארבעטן שוין צוויי יאהר אויף "צו האלטן די עולם צוזאם" אין מיט דעם אלעם קומען נישט זיך צוזאמען צו די יומא דהילולא קדישא נאר קנאפע 4/500 בעה"ב זקנים ואברכים צום הילולא
– איז א בושה וחרפה!
איך געדענק ווען די מהרנ"ץ ז"ל האט געפירט די הילולא אין די יאהרן ס"ג אדער ס"ה האבן אלע בחורים אין קינדער געגעסן די סעודה אין די עזרת נשים אין די בית מדרש איז געווען פיל "ביזן סוף" –אינם חדר שני מיט טיש אין בענק – לפחות 1300-1400 זיצן "נאר פאר אינגעלייט"!!!
ווי איז דער עולם?
_________________
|