בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פראטעסט אין מאנהעטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2007 01:50 לינק ישיר 
פראטעסט אין מאנהעטן

 
 
 
 
 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2007 04:11 לינק ישיר 

http://www.israelversusjudaism.org



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2007 20:29 לינק ישיר 

 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2007 07:10 לינק ישיר 

נעבעך אומשולדיגע מענטשען,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2007 20:10 לינק ישיר 

בס"ד

אריבער 5 טויזענט ביי ריזיגען פראטעסט ט' באב קעגן איבער מדינת ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן פארופן דורך התאחדות הרבנים

ווען מיר גייען צום דרוק האט זיך נארוואס געענדיגט דער ריזיגער מאסן פראטעסט וואס איז פארגעקומען אין די נאכמיטאג שעות היינט דינסטאג ט' באב ביים פראנט פון מדינת ישראל קאנסולאט אויף די צווייטע עוועניו,

די גאסן ארום צווייטע עוועניו און צווי און פערציגסטע גאס, האבן געזשימעט פון חסידישע אידן וועלכע האבן געשטראמט פון אלע געגענטן פון גרעיטער ניו יארק, שיירות מיט באסעס פון די מאונטענס קרית יואל און מאנסי האבן געברענגט טויזענטער אידן כ"י וועלכע זענען ארויסגעקומען פון די בתי מדרשים באלד נאכן ענדיגן קינות און געקומען פארזעצן די נייע קינות אויפן חורבן און רדיפת הדת אין ארצינו הק', עלטערע אידן וועלכע האבן מיטגעהאלטן פילע פראטעסטן האבן באשטעיטיגט אז אזא ערנסטן פראטעסט מיט א פארווייטאגטן פאראבל'טן ציבור אין אזא טאג ווי תשעה באב אין אזא ריזיגן פארנעם, האט נאך מאנהעטין נישט געזעהן, נאנט צו דריי שעה איז דער עולם מיט די תשעה באב שיך פאסטן'דיג אין די שווערע היצן געשטאנען און זיך צוגעהערט צו די פלאם פייערדיגע דרשות,

די עצרת מחאה אויפן רוף פון התאחדות הרבנים האט פראטעסטירט די בראטאלע האנדלונגען פון די מדינת ישראל פאליציי די רעגירונג און געריכט סיסטעם וועלכע האבן ארעסטירט 5 יונגעלייט אויף א גרויסזאמען'ם אויפן, 3 פון די אסירים ווערן געהאלטן אן בעיל ביז צום ענדע פון קארט, וואס איז א אומדערהערטע רשעות וואס ווערט נישט צוגעטיילט אפילו פאר רוצחים,

דער טשערמאן הרה"ח המפואר העסקן הנמרץ, רב פעלים ר' משה דוד נידערמאן הי"ו מנהל פון מוסד ההצלה רב טוב, פרעזידענט פון יונייטעד זשואיש ארגאניזעישנס וויליאמסבורג, האט אין א פייערדיגע דרשה אין אידיש און ענגליש ארויסגעברענגט אונזער קעגנערשאפט צום עקזיסטענץ פון מדינת ישראל, וואס איז אין קעגנזאץ צו די אידישע אמונה, און דעם וויי געשריי פון חרדישן אינדעטום וועלכע ווערן גערודף'ט פארן האלטן אידישקייט אין הייליגן לאנד, ער האט גערופן פאר די ציוויליזירטע פעלקער צו קומען צו הילף צום ארטאדאקסישן אידענטום צו קענען האלטן די תורה אין א"י, נאך אים האט אויפגעטרעטן  דער גאסט רעדנער וועלכיר איז ספעציאל געקומען פון שווייץ צום מעמד אדיר, דער לאנג יאריגער באגאבטער עסקן בעל מסירות נפש, להבל"ח יד ימינו פון הגה"צ ר' רפאל סאלאווייטשיק זצ"ל הרבני הנכבד המפואר ר' יהושוע לאפידות הי"ו פון ציריך שווייץ, ער האט עלעקטערעזירט דעם עולם מיט זיינע שטורעמישע רייד איבער דעם אומדערהערטער אכזריות, פון די מדינת ישראל פאליציי און בית המשפט, מיט גרויס גערירטקייט האט ער אויפגעוויקלט די פרשה פון ארעסטירן און רודפן די טייערע יונגעלייט מיט אויסטערלישע בארבאריזעם וואס איז נישט דערהערט ביי קיין שום אומה ולשון, מיט א ווארעמע רעדע האט אויפגעטראטן ר' אלעזר אלימלך שטערן הי"ו ,יו"ר אתרא קדישא, וועלכע ער האט ארלערמירט וועגן די חרדישע מיט העלפער וועלכע העלפן די רשעים די פאליציי מיט מסירות נוראות,

מיט א אינהאלטרייכע דרשה האט אויפגעטרעטן הגה"צ המפואר רבי משה יודא מייזעלס שליט"א אב"ד אבני שלמה, נאך אים האט אויפגעטרעטן הרהגה"צ ר' מנשה מאיאער ראש ישיבת ישיבה נייטרא, וועלכע האט באצויבערט דעם עולם מיט זיינע קלארע שארף'זיניגע דיבורים אויסשרייענדיג מיטן ציבור דעם "איני מכיר" פילצאליגע מאלן אז מיר טוהען נישט אנערקענען די מדינת ישראל, מיט שלוס רעדעס האבן אויפגעטרעטן די באגאבטע עסקנים ר' מרדכי ברילל הי"ו, און הרב ר' הערשל קלאר, דער חשובער רעדנער האט ארויסגעברענגט דאס וואס רביה"ק מסאטמאר זיע"א האט שטענדיג נאך געזאגט דעם תוי"ט אז אין די נאכט פון יו"כ האט זיך דער שטן ספעציאל מתגבר געווען מטמא צו זיין דעם כהן גדול ווייל ער האט געוואוסט אז אין דעם איז תלוי א גאנצע מחילה וסליחה וכפרה פון כלל ישראל,

דאס זעלבע היינטיגע צייטן וואס דער שטן ווייסט אז זיינע טעג זענען קורץ איז ער זיך מתגבר מיט אלע כוחות צו מנסה זיין דעם כלל ישראל דאס זעהען מיר אין ארץ ישראל וואס די נסיונות ווערן אלץ שווערער און שווערער, די לעצטע צייטן איז דאס געקומען צו א שרעקליכע שטאפל וואס די סטרא אחרא טוהט אונטערדריקן דאס יהדות החרדית אויף א שרעקליכן פארנעם זיי פייניגן די אידן, אויף א פרעצעדענטלאזן וועג זייט זיי האבן געמוזט צוריציען זייער טמא'נעם מארש פאר א יאר זיי האבן ארעסטירט ר' אברהם זארביב אן קיין רעכט, נאך דעם האבן זיי ארעסטירט ר' חיים אהרן טורצין והעולה על כולם זייער אומפארשעמטער "תעודת חסיון" וואס איז נישט געהערט געווארן אזא זאך אין דער וועלט אז אויף אזעלכע לעכעאליכע קלאגעס זאל מען ארויסגעבן א תעודת חסיון, און א צינד מיט די 5 אומשולדיגע ארעסטירטע אין בית שמש וואס צוליב זייער רשעות האבן זיי נישט פארגינען אז א צניעות בילד זאל דארט פלאטערן, און אויף דעם ארויף האבן זיי ארעסטירט 5 אומשולדיגע מענטשן,

דאס אלעס איז נסיונות פאר די אידן אין ארץ ישראל און אין די זעלבע צייט פאר די אמעריקאנער אידן, אלע אידן זענען ברודער מיר דארפן זיי צוהעלפן מיט געלט, אידן אין אמעריקע דארפן ביי שטייערן, מען גייט ברענגען דעם תעודת חסיון צום איטערנאציאנעל'ן געריכט וואס מען דארף דערפאר האבן אוצרות געלט, דארף זיך יעדער איינער ביישטייערן,

דערנאך האט געהאלטן א הייסע דרשה ר' מנשה פילאף, צוליב דעם תענית און די היץ האט זיך די עצרת געשלאסן ארום 5 אזייגער, ווען פילע מענטשן האבן געהאלטן אין איין שטראמען,

די עצרת אדירה איז געדעקט געווארן פון אינטערנאציאנעלע פרעסע און האט געהאט א מעכטיגן אפקלאנג אין ארץ ישראל, דער מעסעדזש וואס איז איבער געגעבן געווארן צום קאנסולאט לויטעט א פאדערונג, באלד צו באפרייען די אעסטירטע אינגעלייט ווייל דאס יהדות החרדית וועט נישט אינרועהן ביז עס ווערט דערפילט,

ר' מאיר יהודה טענענבוים אב"ד טשאטא האט געזאגט מיטן עולם קבלת עול מלכות שמים,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2007 20:30 לינק ישיר 

בס"ד

יודישע וועלט שטורעמט קעגן ציוניסטישע בראטאליטעיטן

טעגליכע דעמאנסטראציעס אין ירושלים און בית שמש* הונדערטער זקני ידושלים בבגדי אסירים נעבן יו ען אין ירושלים *עצרת קינה וזעקה אין ככר ז'ופניק * רבבות אין עצרת מחאה קעגן ציוניסטישן קאנסול אין מאנהעטן

צווי לוחמים ארויסגעלאזט מיט שווערע באדינגונגען

ירושלימער אידן גייען ארויס אין די גאסן אויסצושרייען דעם וויי געשריי פון דעם יהדות החרדית בארץ הקודש, וואס ווערט אונטערדריקט מיט בארבארישע מיטלען אונטערן ציוניסטישן רעדזשים, וואו עס ווערט ארויף געלייגט אויף זיי פאלשע בלבולים מיט די הילף פון מוסרים קאלאבערייטערס מיט די פאליציי, און ווען עס קען נישט ווערן אויפגעוויזן דער פאלשער שולד ווערט ארויסגעגבן א תעודת חסיון, צו באשיצן די מוסרים, און אזוי גייט אן דער גרויסזאמדיגער אונטערדריקנג מיט  צוהאקן און צוביילן די קעפ פון די וואס נעמען זיך אן פאר זיי, סיי אין די גאסן און סיי אין די תפיסות דארט ואו די ארעסטירטע קענען זיך נישט ראטעווען, און אפילו דער מינעמאלע מעדיצינישע הילף ווערט נישט צוגעלאזט צו זיי,

טאג איין און טאג אויס באווייזן זיך אין די גאסן הונדערטער אידן אלט און יונג און ווערן געהערט וויטע גאסן אוועק מיטן אלטן באקאנטן וויי געשריי  "געוואלד" די אידן אין בית שמש די שוועסטער-שטאט פון ירושליים נעמען זיך דארט צוזאם יעדן אווענט ביי דעם ספעציאלן שאטער אהל המחאות "עד תום ההליכים" און פון דארט גייט מען ארויס אויף די הויפט שאסעי נהר הירדן און די קולות הילכען אפ ווייט "געוואלד"

דינסטאג דברים האבן אנטייל גענומען מערערע רבנים סיי אין ירושלים און סיי אין בית שמש, וועגן דעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די אסירים וואס זענען געהאלטן געווארן אין ירושלים זענען אריבער געפירט געווארן צו א סעלעקשן פונקט תפיסה, אין רמלה דארט ווערן די אסירים אבזערווירט וואו זיי גייען שמאכטען אין די קומענדיגע  צייטן, דאס האט ארויסגעברענגט דעם עולם צו די גאסן, נאכ'ן זעהן אז עס איז נישטא קיין דורך ברוך אין די פרשה

אויפצומארגנס האט זיך איבערגעחזר'ט דאס זעלבע ווען עס איז באקאנט געווארן אז זיי שמאכטען אין באר שבע, פאר א אומבאקאנטן טעם זענען די באר שבע ארעסטאנטן געפירט געווארן צו אשקלון וואו די אנדערע דריי האבן זיך געפונען, אבער זענען אריינגעלייגט געווארן אין א באזונדערן אפטיילונג, ערשט פרייטאג זענען אלע פינעף ארעסטאנטן פאראייניגט געווארן,

לויט ווי עס שיינט איז די אלוועלטליכע פרעשור דערגאנגען צו די פירער'ס וואס קענען דאס נישט דערהויבן, און האבן באפוילן די פאליציי צו ווייזן א פארלייכטערונג פארן אויפגעברויזטן ציבור, אבער  דא איז געלונגען פאר די פאליציי צו פארנארן די עסקנים צוזאם מיט'ן אדוואקאט, ווען די פאליציי האט פארגעשלאגן ארויסצולאזן צווי פון די ארעסטירטע מיט א אויסרייד אז אזוי וועט זיין בעסער פאר די אנדערע דריי און זיי וועלן באקומען א בעסערן "דיעל"

למעשה האט זיך ארויסגעוויזן אז דאס איז בלויז געווען א שפיצל צו פארדינען צווי פישלעך אויף איין מאל סיי אז דער עולם זאל זיך בארואיגן און סיי אז די צוויי אסירים האבן באקומען א שטראף אז זיי וועלן האבן א משפט און זיי דארפן גיין גלות אוועק פון שטאט, און אויך הויז ארעסט פאר 10 טאג,

די עסקנים זענען ווייט נישט צופרידן פון דעם ווען מהאט געדארפט ברענגען 14 טויזענט שקלים, בעיל,

ווי ערווארטעט וועלן די אנדערע דריי  ארעסטירטע נישט איינגיין אויף קיינע פשרות ביז ווילאנג מען וועט זיי ארויסווארפן פון תפיסה,

די צווי ארויסגעלאזטע אסירים הר"ר יואל סימאן, און הר"ר אהרן בייער זענען געגאנגען פרייטאג גלות צו ירושלים אוועק פון זייער שטאט בית שמש, דארט זענען זיי אויפגענומען געווארן מיט פייערליכע באגריסונגען, און האבן באקומען שבת א חשובע עליה לתורה אינעם גרויסן ביהכנ"ס תולדות אהרן,

א באזונדערע פרשה האט פארנומען די העד ליינס אין אלע גויישע מידיע'ס פון די וועלט דאס איז געווען די עצרת התעוררות לאבינו שבשמים, און א בקשה פאר די אומות העולם זאלן שיקן סאלדאטן פון די גארער וועלט צו באשיצן די פרומע אידן וואס קענען נישט פראקצעטירן די הייליגע תורה אונטער די ציוניסטישע בארבאריסטישע פייניגונגען,

שוין פון פאר שבת איז אויסגעהאנגען געווארן מודעות אין ירושלים אז עס וועט פארקומען זונטאג א מעמד "כח רב לאומי" א בקשה צו באקומען פון דעם יו ען, אן  אינטערנאציאנאלישן באשיצונג פון סאלדאטן פון איבער די וועלט,

צום באשטימטן צייט האבן זיך די באסעס וואס זענען געשטאנען אין רחבת שומרי אמונים, אין מאה שערים קווארטל, איבערגעפולט געווארן מיט הונדערטער זקני ירושלים אנגעטון בגדי אסירים, און זענען באלד ארויסגעפארן צום יונייטעד נעיישן קווארטל אין תלפיות געגנד, ביים באוואוסטן מיליטערישן באזע "ארמון הנציב" דער עולם האט געזאגט פרקי דרחמי און עטליכע קאפיטלעך תהילים דערנאך איז געזאגט געווארן א דרשה אויף  ענגליש, און ווען עס איז געקומען די צייט פאר דעם בריוו וואס איז צוגעגרייט געווארן איבערצוגעבן פארן יו ען הויפט פארשטייער, איבערגעגעבן צו ווערן דארט האט זיך ווידער די פאליציי אקעגן געשטעלט און נישט צוגעלאזט קיינעם זיך צו דערנענטערן, דער פארשטייער פון דעם יו ען האט זיך דערנענטערט און אויסגעשטרעקט זיין האנד און דאס איבערגענומען, די פאליציי האט זיך דא אויפגעפירט מיט ווייניגער בראטאליטעט ווי עס פארשטייט יעדער אז אין די אויגן פון די וועלט'ס גרעסטע מאכט לוינט זיך נישט צו פארשמירן דעם פנים,

די זאך איז זייער שטארק פארשפרייט געווארן אין די וועלט'ס מידיע און גוט פארשעמט דעם ציוניסטישן אויסזעהן

משך'ן שבת קודש  איז אויסגערופן געווארן אין אלע ערליכע בתי מדרשים איבער גאנץ ניו יארק, און אויך אין די קעצקיל'ס אז דער עולם זאל זיך משתתף זיין אין דעם עצרת מחאה וזעקה וואס וועט פארקומען אין מאנהעטן קעגן איבער דעם ציוניסטישן קאנסול, פארופן געווארן דארך התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדע אויף תשעה באב נאכמיטאג, ווען כלל ישראל קלאגט אויף דעם ביטערן חורבן בית המקדש,, פארשידענע רבנים האבן אויך אויפגעטראטן מיט א דרשה, אויפקלערנדיג די ווערטער וואס מ'האט געזאגט ביי די הפטורה "שריך סוררים וגו'" אז דער מצב איז ממש ווי מיר האבן געזאגט, און עס ליגט א חיוב אויףף יעדן וואס ער מיינט אז דער תענית וועט אים דערלאזן זיך אנטייל נעמען אין דעם עצרת, ער זאל זיך אנשליסן צום לגיון של מלך, און בפרט אז צו די פאליציי איז אנגעקומען ווערטער וואס זענען געברענגט געווארן צו זיי דארך גאר היימישע מענטשן אז די פאליציי קען טוהן מיט די ארעסטירטע וואס זי וויל ווייל קיינער וועט זיך נישט אנעמען פאר זיי, דעריבער איז א שטארקער חיוב פאר יעדן אנטייל צונעמען,

צו די באשטימטע שעה האט זיך גענומען שטראמען שווערע מחנות פון טויזענטער אידן פון איבעראל אין ניו יארק, דארט האבן אויפגעטראטן מיט דרשות הרה"ח ר'אלימלך שטערן, הרה"ג ר' מנשה פיליפ, הרה"ג ר' מנשה מאיער, אלע דרשנים האבן ארויסגעברענגט דעם עיקר פוינט אז מיר זענען מוחה קעגן דעם עקזיסטענץ פון די מלכות הכפירה, און דאס באדערן און פייניגן ערליכע אידן איז נישט דער ציל פון די מדינה , נאר דער אמצעי פון אויסרייסן די הייליגע תורה רח"ל,

א עקסטערע רושם האט געמאכט די פלאם פייערדיגע דרשה פון הרב יהושוע לאפידות פון שווייץ, וואס איז ספעציאל אנגעקומען צו דעם עצרת, דער חשובער גאסט האט דערציילט ווי ער אליין האט מיט יארן צוריק געשמאכטעט אין די תפיסות אויף דעם וואס ער האט ארויסגעראטעוועט יידישע קינדער פון דעם ציוניסטישן שמד, אויך האט ער דערציילט ווי ער האט מיט געהאלטן אנאשיער מערכות וואו דער הייליגער בריסקער רב זיע"א האט אים מדריך געווען, און האט אים כמה פעמים קלאר געמאכט אז די מערכות זענען נישט קיין איינצילע גזירות אויף אידן, נאר איין גאנצע גזירה אויף די הייליגע תורה, מ'פארברענט טאג טעגליך שטיקער פון די תורה רח"ל (זעה באזונדערע באריכט אין היינטיגן נומער)

 

 

בד"ץ העדה החרדית אפעלירט צו וועלט טוער'ס, זאלן טוהן אלעס וואס מעגליך צו באפרייען די דריי ארעסטירטע

אין א באזונדערן קול קורא האבן די בד"ץ פון די עדה החרדית אין שפיץ פונעם גאב"ד שליט"א ארויסגעשריבן א בקשה צום אלוועלטליכן יידישן אינדעטום, אז יעדער זאל מתפלל זיין לשחרור האסירים, און אויך טוהן השתדלות וואס נאר מעגליך צו באפרייען די חשובע עסקנים, ווי דער בי"ד דריקט זיך אויס אז זיי זענען די שפיץ פון יהדות החרדית אין ארץ ישראל

זונטאג קומט פאר א געריכט וואו דער לויער וועט פארזעצן זיינע באמיאונגען זיי צו באפרייען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פראטעסט אין מאנהעטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext