ילמדנו רבינו: ק"י סקול דיסטריקט.
אזוי ווי איך האב געזעהן דעם תשעה באב ווי געוואוסע שונאי ר' אהרן והברך משה האלטן פעסט (עכ"פ אזוי קוקט עס אויס לפנים) אז די סקול דיסטריקט איז ממש "כפירה" אינעם אייבירשטן, און איך האלט אז אזא ערענסטע באשולדיגונג וואו "כפירה" קען מען זיך נישט אזוי ארומשפילן, און ליידער א גרויסער המון האלטן אז זיי האבן זייטיגע פניאות, דהיינו זיי פארגינען פשוט נישט ר' אהרן'ען, האלט איך אז עס ליגט אויף זיי א חוב צו ערקלערן פארוואס עס גרעניצט זיך מיט "כפירה". אנדערש קענען זיי דאך נישט ערווארטן אז זייערע מחאות זאלן אויפטוהן.
למשל דער סאטמארע רבי ז"ל האט געהאלטן אז די מדינה איז "כפירה", און ער האט עס קלאר מסביר געווען באריכות גדול און זיינע ספרים, און יעדע סאטמארע חסיד פארשטייט עס גוט, קיינער האט נישט געהאלטן אז דער רבי האט געהאט עפעס א פערזענליכע שנאה קעגן בן-גוריון אדער הערצל.
אויב עטס האלטס אז עס איז אזוי ערענסט, אז מ'דארף האלטן דעמאנסטראציעס, מיין איך אז עס ברויך זיין זייער גרינג פאר ענק אין געציילטע שורות צו ערקלערן וואו דער "כפירה" איז דא? האטס נישט מורא, אויב עטס האלטס אז ר' אהרן איז די כפירה, דאן זאגטס עס קלאר ארויס, ביטע.
מיט דאנק.
קושקע.
נ.ב. איך בעט דעם ציבור הרחב נישט צו פארקירעווען די נושא צו זייטיגע ענינים נאר זיך האלטן צום נושא. א דאנק.
_________________
 |
|
|