עליונים למטה... מהרז"ל איבערקערט מיטן פארטש אין סאסמאן קעמפ
ס'איז געווען א ערהאבען בילד דעם זינטאג נאכמיטאג אין מחנה ויואל משה, נעבן וואודבערן, ווען מהרז"ל שליט"א איז געווען אויפן פארטש אינאיינעם מיט אלע פני מהרז"ל קאמפאני
ר' חיים ראטה
ר' מאיר ראטה
ר' אברהמי ברוין
ר' שלמה יאנקעל געלבמאן
מיט'ן רבי'ן מהרז"ל שליט"א בראש, עסנדיג ווארימע קוגל, לכבוד די חשוב'ע בחורים שיחי'
אויף אמאל טטטטטררררראאאאאךךךךךךך
די גאנצע פארטש האט זיך א קער געטאן מאיר ראטה איז ארויפגעפאלן אויף געלבמאן
אברהמי ברוין איז ארויפגעפאלן אויף זיין ידיד, מהרז"ל שליט"א
די הייסע קוגעל מיט די רינדעכיגע קעיק איז ארויפגעפאלן אויף די שיינע בעקיטשע, און ר' שלמה יאנקע'לס האמבורגער היט האט זיך אנגעטאן אויף רז"ל און אים באדעקט די ליכטיגע צורה זיינע...
מפי השמועה הער איך אז איינער האט נעכטן גע'חלומ'ט אז דער בירך משה האט אים געזאגט אז די פארטש איז נישט גענוג שטארק. פארוואס מ'האט נישט אויסגעהערט דעם חלום, ווערט יעצט אויסגעפארשט.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 02/08/2007 21:04:53
|
|