קינדער פין באבוב 48 אין קעמפ פין באבוב 45
א באס פיל מיט קינדער פין באבוב 48 האט געהאט אן עקסידענט לעבן די באבובע שלוה קעמפ פין 45 , די מנהלים פין קעמפ שלווה האבן אריינגענומען אלע צושראקענע קינדער צו די קעמפ אין זיך אפגעגעבן שיין אין ווארעם מיט די 48 קינדער אין זיי געגעבן צו טרינקען אין צו עסן ווארעמס אין זיי בארוהיגט ביז זייערע מנהלים האבן אריבער געשיקט א אנדערן באס.
אזוי אויכעט האט מען זיך דארטן זעהר שיין אפגעגעבן מיט די קינדער [א זוהן מיט אן אייניקל] פין רב"צ שליט"א וואס זענען אויכעט געווען אויף די באס אין מ'האט זיי שיין באהאנדעלט אין שיין מכבד געווען.
לתפארת בית באבוב.
תוקן על ידי רבי_חסידים ב- 30/07/2007 7:36:57
|
|