50'סטע יארצייט פון מרן רשכבה"ג מבעלזא זי"ע
זונטאג, כ"א מנחם-אב, פאלט אויס די 50'סטע יארצייט פון כ"ק מרן אדמו"ר רשכבה"ג מבעלזא זי"ע.
לכבוד די "יובל החמישים" צום הסתלקות פונעם הייליגן צדיק הרב הדומה למלאך ה' צ', זענען ארויס עטליכע ספרים, קונטרסים וכדו'
"בקדושתו של אהרן" פון בנש"ק הרב אהרן פרלוב
"אהרן קדוש ה'" - פון הרב שלום חיים פרוש זצ"ל, ארויס געגעבן דורך יו"ח.
די בעלזער צייטונג "המחנה החרדי" האט ארויס געגעבן א הערליכע קונטרס\ספר פון 164 עמודים מלא וגדוש.
"רבן של ישראל"
א חוץ פון די הערליכע באשרייבונגען, מיט היסטארישע פאקטן, וואס טיילווייז זענען געווען אומבאקאנט ביז היינט. איז דא אין דעם קונטרס עטליכע נייע בילדער פונעם הייליגן רב ז"ל.
דאכט זיך מיר אז דער קונטרס איז דא צו באקומען אויך אין אמעריקע אין די צייטונג געשעפטן פאר 5 דאלאר.
|
|