בית פורומים כל העולם כולו

אבי קעניג שמייסט אריין אין דער איד היפאקריטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2007 20:50 לינק ישיר 
אבי קעניג שמייסט אריין אין דער איד היפאקריטן

קרעדיט בח"ח

באצאלט פאר א שמוציגן בריוו פון דער איד קעגן כל העולם כולו

.
 אבי קעניג ענטפערט צוריק פאר מיילעך שטערן






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2007 00:41 לינק ישיר 

יונה'לע


מיט וואס האט דער בלאט איגנארירט דעם איד?

דער איד האט נישט געשריבן למשל אז דיין רבי איז נישט מקפיד אויף שמירת עינים אדער אויף ניבול פה וכו' (גראדע וואס עס  איז דא גענוג און נאך דערוועגן צו רעדן אויב מען זאל זיך אראפלאזן אויף ענקער דרגה), זיי האבן געשריגן פונקט וויי זיין האבן געשריבן די פארגאנגענע צענדליגער  יארן קעגן מחבלי כרמים וואס האבן געזוכט אפצולאכן פון מאורי הדורות און גדולי ישראל.

דער פראבלעם ביי ענק איז, אז עטס קענטס נישט אריינגיין אין קיין פאלעמיק איבער דעם ווייל דאס וועט נאכמער איפקאכן א קאשע פון דעם משכיל'ישן סטעיטמענט "האט מען ארויסגענומען א היתר פון טאש"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2007 00:31 לינק ישיר 

רבי יונה, קודם כל נעם עס נישט אן פערזענליך, איך מיין ח"ו קיינעם נישט וויי צו טאן.

צווייטנ'ס, איך האב מורא אז דו מאכסט א טעות מיט מיר, איך בין א געהעריגער סאטמארער חסיד שוין העכער דרייסיג יאר כולם שוין לטובה ב"ה, און איך האב נישט דאס מינדסטע סימפאטיע צו די אראבער און נטורי קרתא וואס ארבעטן אין דער איד אפיס אינאיינעם מיט עטליכע פארברענטע ציונים וואס פראדוצירט אזא משוגענעם תערובת דארטן, נישט צו זיי און נישט צו זייערע שיטות.

אבער אין פאקט זענען זיי דא גערעכט, דער מציאות איז אז די בילדער אין "כל העולם כולו" פאר זיך זענען גענוג שעדליך פאר בחורים און קינדער וואס ווערן פארגאפט פון קאלירטע בעקיטשעס, מלכות'דיגע בענקלעך, און פארגלייזטע אויגן, דער "העולם החרדי" איז אויף די האר דאס זעלבע שעדליך. אבער דא איז דער "כל העולם כולו" שוין געגאנגען א טריט ווייטער, מיטן אריינלייגן א צייטונג וואס קארמעט כפירה ממש, פונקט ווי אלע אגודי'סטישע/ציוני'סטישע צייטונגען, אפגערעדט אז די מעשיות זענען פאלש, אבער אפילו ס'וואלט געווען ריכטיג רירט עס נישט קיין כי הוא זה די הייליגע שיטה פון אלע ראשונים ואחרונים - די וועלכע באקומען נישט קיין געלט פון די מדינה הטמאה - אז מ'טאר נישט נעמען קיין גאולה אדער מדינה בעפאר ביאת המשיח.

און עס איז קלאר אז א סאטמארער חסיד, דער וועמען עס ליגט א משהו אין די ביינער פון דעם הייליגן ספר ויואל משה זי"ע, טאר נישט ארייננעמען אין שטוב אזא אויסגאבע וואס פרעדיגט בגלוי ובזדון קעגן די הייליגע לערעס פון אבותינו ורבותינו הק' זי"ע!

(עס איז דא בכלל נישט נוגע איבער די עוולות פון דעם אכזר, שוטה רשע וגם רוח, משה פרידמאן. ער איז נישט אונזער מנהיג, און וואס ער טוט איז נישט נוגע פאר קיין איינציגן סאטמארן חסיד [וועמען יא איז נישט קיין סאטמארער], און אפגעזען אז ס'איז קיין שום פארגלייך פון אדווערטייזן סאטמאר אין די פרעמדע גאס ביז ארייננעמען די כפירה צו זיך אין שטוב בלויז ווייל אפשר לוינט זיך עס פאליטיש!).

תוקן על ידי - מבקש_האמת - 03/08/2007 0:31:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2007 00:09 לינק ישיר 

דער איד האט געהאקט עטליכע וואכן אויף די ארונים, מיט די געמייסטע לשונות אויפן רבי'ן.

און דער בלאט האט איגנארירט.. איגנאריירט. איגנארירט.
מעגסט מודה זיין.

צווייטע זאך
די זאליס מיט משה גבאי בראש האבן איינגעלאדען די ציוניסטישע משפחה, נישט וועגן די שיטה, נאר וועגן פאמפע פאר די זאלי קאמפעני.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2007 23:58 לינק ישיר 

יונה'לע


נעם אפיר דעם פנים אל פנים וועסטו זען וויאזוי ער באשרייבט דעם רבי'נס שטוב מיט אלע קליפערלעך. פארקויף מיר נישט קיין לאקשן תורות.. דו אלץ איזראעלי דארפסט עס בעסער וויסן. אבער אויך דא האב איך געזען אין א היגע לייברערי אלע פנים אל פנים'ס ווי ער באשרייבט עס.

נעקסט: איך האב עפעס געזאגט אז העולם החרדי איז בעסער. ביי מיר זענען ביידע פסול. איך האב געשריבן אז די סיבה וואס עס באדערט דעם כל העולם איז זיין גרויסער קאנקורענץ.

און צום שלוס: זייט ווען איגנארירט דער בלאט דעם איד?

זעט אויס אז דו האסט נאכנישט באקומען דעם בלאט קיין ארץ ישראל.... וואו זיי שטעלן זיך ארויס אז די וועמען דער איד קאפיט... נישטטא ווער עס זאל לאכן.   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2007 23:32 לינק ישיר 

דודקע

וואס ביזטו מדמה הבל הבלים.
ניסן גארדן האט געוואלט פארשטיין פארוואס דער רבי איז קעגן די אידישע מדינה וכו'.

דא האט די זאלי קאמפאני אינווייטעד דעם יוסי אליטוב צו מאכן א כתבה, און ווייזן פאר אלעמען אז זאלי איז דעם רבינ'ס בנו חביבו, יקירא קדישא שופריא, קלאפערייא וכו' וכו'.

2) בכלל, איז די עולם החרדי גארנישט בעסער פון כל העולם עס דעקט אלע אגודה רבנים
3) און אז ר' דוד קאהן האט זיך געטראפן מיט דעם רב הכולל, וואס איז ארויף אויפן הר הבית?

וואס צייגט די אלע זאכן, אז דער איד איז א באנדע היפאקריטן. און דאס אז אבי קעניג האט צוריקגענטפערט ביזטו גערעכט.

אבי קעניג האט זיך געדארפט אפלערנען פןו דער בלאט... צו איגנארירן דער איד, קאמפליטלי.

אמת? אזוי האסטו אומווילנדיג אליין געשריבן!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2007 23:21 לינק ישיר 

יונה'לע


ביי רביה"ק זי"ע זענען מערערע מאל געקומען רעליכזיע צייטנגס שרייבער, ווי למשל ניסן גארדאן, אדער דער שרייבער פון די מזרחיסטישע פנים אל פנים (ניין, נישט די פנים אל פנים וואס "היימישע" האבן ארויסגעגעבן דאהי..) שמואל אבידור וועלכע פלעגן שרייבן איבער'ן רבי'ן זי"ע און סאטמאר.

און יעצט צום כל העולם כולו:

דאס אז דער איד האקט קעגן אגודיסטישע און ציוניסטישע בלעטלער גייט דאך שוין אן צענדליגער יארן.

אבער  אז דער  כל העולם כולו האט זיך געמוזט נעמען די מיה און אפענטפערן דעם איד, איז גראדע זייער א פאזיטיווער  סימן. עס ווייזט אז זייער  קאנקורענץ דער העולם החרדי האט זיי טיף טיף אריינגעשניטן.

איך קויף נישט ביידע בילדער זשורנאלן, איך האלט אז עס איז א פוסטע זאך. עס איז א שאד די 3 דאלער און עס איז א שאד די צייט.  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2007 22:29 לינק ישיר 

He didn't say that they are not hypocrits, he just said that there point is right!

2)Writing an are artical on the berech Moshe is one  thing, reading a zionist paper even he's promoting your rebbe is
worse. I'm sure your rebbe agrees to this

3)You are right, they ARE in fact hypocrits, but this is the story of our "dor" and I don't think the Blatt is a drop better! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2007 22:12 לינק ישיר 

מיסטער מבקש עמעס

אנטשולדיג מיר.... פארוואס איז דער זעלבער ארטיקל נישט נוגע געווען ווען מ'האט אריינגעלאזט די משפחה ביים בירך משה אין שטוב פאר א כתבה?

פארוואס דערמאנטו נישט דער בריוו די אנדערע ציוניסטישע בילדער אויסגאבע וואס האט די זעלבע טינופות?

איז א סימן זיי זענען היפאקריטן.
פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2007 21:10 לינק ישיר 

רבי יונה, איר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער "דער איד" איז אין דעם פאל הונדערט פראצענט גערעכט.

אמת, איך ווייס אז דעם איד טוט נישט וויי די אפיקורס'ישע געדאנקען וואס ווערן דארט געפיטערט, דער בריוו אין דער איד איז געווען געצילט פאר פאליטישע צוועקן - אריינגערעכנט דער פרעכער ליגנט אז דער "כל העולם כולו" ווערט פארקויפט אין קרית יואל, וואס אין פאקט איז "קרית יואל" די איינציגע שטאט אין ניו יארק וואו דער כל העולם כולו ווערט נישט פארקויפט (אין שטאט)! - און דער איד זוכט נאר זיך אפצורעכענען מיטן "כל העולם כולו" ווייל ער שרייבט נישט אויף רז"ל האדמו"ר מסאטמאר. אויב וואלטן די מעשיות געשטאנען אין "העולם החרדי" וואלט די וועלט קיין פיפס נישט געהערט.

אבער פאקטיש איז דער "כל העולם כולו" א שעדליכער סם פאר א חסיד בכלל און א סאטמארן חסיד בפרט, ספעציעל פאר די יונגע מוחות פון בחורים און קינדער וועלכע זענען נאכנישט גענוג רייף מבחין צו זיין צווישן תכלת און קלא אילן.

ביז היינט איז ער שוין אויך געווען גענוג שעדליך מיט פארשפרייטן בילדער פון כל צרוע וכל זב, יעדן צופלאשעטן פנים וועלכער האט אפאר דאלער צו צאלן פאר זיין צייטונג איז געווארן א "רבי" און א קדוש, ובפרט מיטן אריינברענגען א סימפאטיע און הייליגן געפיל כלפי אלע אגודי'סטן און מזרחי'סטן אין אונזערע היימען. אבער דער דאזיגער ארטיקל איז אפענע כפירה און מרידה במלכות שמים רח"ל!

זאל ער זיך נישט קומען מאכן טאמעטאוואטע אז ער שרייבט בלויז סיפורים פון גיין צום כותל, די ווערטער וואס ער שרייבט דארט זענען נישט קיין "אלו ואלו דברי אלקים חיים", אלע ערליכע גדולי ישראל - אריינגערעכנט פון די אגודה קרייזן - זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן נעמען א מדינה מיט די אייגענע הענט בעפאר ביאת המשיח! זייער טענה איז נאר געווען אז "מדינה שאני", אבער גיין לכתחילה בעטן אויף "ישראל היהודית"?! דאס איז ריין כפירה אין די תורה הקדושה, און א התרסה קעגן אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע פון אלע שיכטן און קרייזן!

אמת, איך ווייס אז זיינע השקפות זענען אין איינקלאנג מיט די אלגעמיינע שטימונג אין די היינטיגע חרדי'שע גאס, ליידער. אבער דער פאקט איז אז די צייטונגען וועלכע שטאפן זייערע ליינער מיט דעם אפיקורסות קומען ב"ה נישט אריין אין קיין סאטמארע שטוב, אבער דער "כל העולם כולו" טרעפט זיין וועג אין אסאך היימישע שטיבער אין וויליאמסבורג און בארא פארק, וועלכע ווערן אומבאמערקט געפיטערט מיט די דיעות כוזבות רח"ל.

[נ.ב.
מיט איין פרט איז ער גערעכט, עס איז באמת א פלא אז די שרייבער אין איד ווייסן נישט צו זאגן פון דעם געהויבענעם חסיד ופרוש ר' מעשיל געלבשטיין זצ"ל, וועלכער איז געווען פון די געהויבענע בני עליה אין ישוב הישן וואו עס האבן זיך געפינען טויזנטער גאונים וצדיקים. איך בין הונדערט פראצענט זיכער אז די מעשה איז פונקט אזוי אמת ווי אלע אנדערע מעשיות וועלכע זענען געבאקן געווארן אין די פארלאפענע 50 יאר, אבער דאס געבט נישט קיין רעכט צו מזלזל זיין אין דעם גאון וצדיק]. 

תוקן על ידי - מבקש_האמת - 02/08/2007 21:28:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אבי קעניג שמייסט אריין אין דער איד היפאקריטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext