מעיזשאר פייט צווישן אהרונים
די נייע משוגעת וואס האט באפאלן דעם דוד עקשטיין איז אז מטאר נישט הענגען קיין צעטלעך אין ביהמ"ד דקיט"ל פון קרית יואל, זעט אויס ער האט ערגעץ געליינט אז קאלירן רייצן אן די תאוות און ער האט איינגעזען פאר וויכטיג די נייע תקנה אז מטאר נישט לייגן קיין געקאלערטע רעשיגע צעטלעך אויף די וואנט אין ביהמ"ד.
סאיז א גאנצע איבערקערעניש שוין אפאר וואכן, ער פייפט אפילו אויף זיין אייגענע פארטיי מענטשן און רייסט אראפ יעדן איינעמס צעטלעך. די הייליגע מוסד קרן הצלה וויל קאמפיינען פארן חינוך הטהור אין ארץ ישראל אבער דוד עקשטיין רייסט אראפ זייערע צעטלעך, נאך אנדערע צענדלגיער מוסדות און טיי אווענטס ווילן אדווערטייזן צו מאכן אפאר דאלער צו ראטעווען אידישע הייזער אבער דוד וועט עס נישט צולאזן נאר אויב ער קען אויך ארויסקוועטשען אפאר דאלער פאר זיך אין די זייט.
די וואך האט זיך אנגעהויבן א מעיזשאר מערכה ווען די מאנראער ישיבה מאכט זייער דינער אין כ"ו אב, אז איינער זאל זיך איינרעדן אז זיי האבן עפעס מיט רבינו הקדוש והטהור זי"ע, און זיי האבן זיך גענומען אויסהענגען זייערע קאמפיין צעטלעך, און ווי יעדע נארמאלע קאמפיין האבן זיי אויסגעהאנגען גרויסע געקאלערטע צעטלעך, אבער זיי האבן נישט פארשטאנען אז קודם דארף מען צאלן "טאלל" פאר דוד עקשטיין, און דער.... האט זיך גענומען פליקן אפילו די צעטלעך פון זיין אייגענע ישיבה!
יעצט קומט פאר א ערנסטע פייט צווישן די הנהלה פון די מאנרא ישיבה וואס האט געשוואוירן נקמה אין דוד עקשטיין און דעם לאנגען גליק.
פירוד לרשעים נאה להם ונאה לעולם.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 12/08/2007 16:43:40
 |
|
|