| נשלח ב-13/8/2007 00:02 |
|
| |
בד''ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה
ברוך דיין האמת
ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה איז נפטר געווארען
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 10:12 |
|
| |
איין זאך איז זיכער, אויב איז עס ווי די אהרונים זאגן אז ער האט געהאט א ריזן טייל אין "ראטעווען די הייליגסטע קהילה אין דער וועלט", וועט אים דער געוואלדיגער זכות ביישטיין בעולם האמת, וואו רבינו הקוה"ט זי"ע און רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל וועלן אים אקעגנקומען און מכיר טובה זיין דערפאר.
איי, זיינע יסורים אויף דעם עולם, ווייסן מיר נישט דעם באשעפערס חשבונות, ווי די מספידים האבן עס ארויסגעברענגט אין קרית יואל, בפרט הגה"צ דער ווינער רב שליט"א.
עס איז געווען ממש אין די בחינה פון רשע וטוב לו צדיק ורע לו! מען זעט וויאזוי אידן וואס טרינקען בלוט פון אומשולדיגע אידן שוין יארן לאנג און אויך דערצו באיצטלא דרבנן דרייען זיך ארום און לעבן און לאכן, בעת ערליכע אידן וואס זענען גומל חסד מיט אידן ליידן נעבעך. נסתרים דרכי השם!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 05:18 |
|
| |
באמת האב איך זיך אסאך גע'ישוב'ט אויב איך זאל מיך דא אריינמישן, איך האב מורא אז מיינע ווערטער וועלן שלעכט פארשטאנען ווערן, אבער איך האב באשלאסן אז איך מוז עס ארויסברענגען פשוט לזכותו פונעם נפטר.
צווישן די אלע טענות ומענות און גערעדעכץ ארום דעם נפטר און זיינע פעולות ווערט בארירט אבער נישט ארויסגעברענגט די וויכטיגסטע נקודה וואס מוז לדעתי ארויסגעברענגט ווערן, און איז אין גדר פון קידוש השם; דאס איז די זכיה וואס דער נפטר האט געהאט, מסתמא צוליב זיינע פילע מעשי צדקה וחסד, אז מען האט אים פון הימל באצאלט א גרויס טייל פון זיין עונש נאך אויף דער וועלט.
עס דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן דער אפענער יד ה' וואס מען האט געזען ממש אומנאטורליך אין די לעצטע פאר יאר ביי דעם נפטר - נישט חלילה עס זאל אויסגעטייטשט ווערן ווי פרייד אדער נקמה געפילן - וויאזוי דער איד איז געפאלן מאיגרא רמא לבירא עמיקתא אויף א פארנעם וואס איז זעלטן ווען געשען אין די היסטאריע!
עס האט זיך ארויסגעוויזן קלאר אז יש מנהיג לבירה, די וועלט איז נישט הפקר! דאס מישן שמוציגע מחלוקת טעפ א גרויס חלק פון זיינע לעבנ'ס טעג, דאס נעמען א ריזן טייל אין צוברעכן און צופליקן די הייליגסטע קהילה אויף דער וועלט, דאס אנטייל נעמען אין די שוידערליכע רשעות וואס איז אפגעטאן געווארן ביים צוטיילן א טאטן און א זון וועלכע זענען געווען "נפשו קשורה בנפשו", די און אלע אנדערע מעשים תעתועים גייען נישט פאריבער אומבאצאלט! אויף יעדן טאט געט מען אפ דין וחשבון, מ'קען נישט טון קיין רשעות אן אמאל צו באקומען באצאלט דערפאר!
זאלן די ווערטער זיין א זכות און א מליץ יושר פאר דעם נפטר אויף יענער וועלט, לאמיר האפן אז ער זאל שוין האבן אפגעקומען דאס זייניגע מיט די שרעקליכע יסורים וואס ער און זיינע - העכסט אומשולדיגע - קינדער האבן געליטן און ליידן נאך יעצט אויף דער וועלט, אין צוגאב צום קידוש השם און מוסר השכל וואס קומט פאקטיש ארויס פון דער שוידערליכער פאסירונג, זאל אים ביישטיין אז ער זאל מער נישט ברויכן ליידן אויף יענער וועלט פאר זיינע מעשים פון אמאל.
נ.ב. דא איז אין פלאץ צו בעטן פון אלע אידן וועלכע זענען געטראפן געווארן פון זיינע מעשים דורכאויס די יארן אז זיי זאלן מוחל זיין פארן נפטר בלב שלם, ער איז פארט אדורך שוידערליכע ליידן די לעצטע פאר יאר, און האט זיכער געהאט ערגעץ וואו הרהורי חרטה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 04:52 |
|
| |
דער בן סורר ומורה, האט פארכפאט זיין רוחניות'דיגע ירושה.
זיין זון דער יענקי און דער מן הארץ, האבן פארכאפט די פעיראלל, און די בילדינגס.
פארגעסן. זיי האבן אויך גע'ירשנט יודל וויינשטאק מיט פראדעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 04:52 |
|
| |
רבותי,
ס'זענען פאראן מענטשן וועמען דער גאנצער אשכול טוט וויי. צו וואס פעלט דער שמועס אויס? דער נפטר איז שוין אויפ'ן עולם האמת. לאזט די החלטה פאר'ן בית דין של מעלה. אויף וויפיל ס'איז שייך דער פאליטיק אין סאטמאר זענען פאראן גענוג אשכולות וואו צו פארהערן זיך הין און צוריק. די טעמע איז נישט וויכטיג; דער עיקר איז דאך דאס זאגן פארקערט און זיך קעגנזייטיג שטעכן. פארוואס מוז עס זיין פונקט דא, וואו עס טרעפט ציווילע מענטשן פון דער זייט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 04:29 |
|
| |
פוסטע שטותים, אהרוני פאנטאזיעס
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 03:37 |
|
| |
איבערבעטען וועם????
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 02:35 |
|
| |
ס'דרייט זיך עפעס שמועות וועגן א געוויסן בריוו פון אפאר מאנאטן צעריק וואס ר' אביגדור ע"ה געשריבן קיין ב"ב וועגן איבער בעטן, ווייסט עמעצען אביסל מערער?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:52 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיט יאסל וואלדמאן?
פארוואס לעבט ער נאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:42 |
|
| |
אקס, דעמאלטס איז נאר איבערגעבליבן אויף זיין אנדערע ברכה זאל מקוים ווערען בב"א
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:46 |
|
| |
עס איז א ביטערער רחמנות אויף די אהרונים, אז כדי צו דעקן א בן סורר ומורה. איז מען גרייט מבזה צו זיין א רבי'ן זצ"ל.
עס שטעלט זיך ווייטער ארויס אז במשך די לעצטע 7 יאר וואס רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט געלעבט בתוכינו האבן די אהרונים אים געזוכט מצער צו זיין און מבזה צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אלעס אבי צו דעקן א בן סורר ומורה. און זיי גייען נאך אן ווייטער אן מיט מבזה זיין דעם רבי'ן זצוק"ל. א בושה און א חרפה!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:42 |
|
| |
מקוה איד,
יפה דברת. וואס ס'זאל נאר נישט האבן געווען, איז דער גאנצער שמועס - אין בעסטן פאל - נישט נוגע. און איך בין שטאלץ דערמיט, וואס אין דער סאטמארער מחלוקה געפין איך זיך אויפ'ן צד וואו עס זענען פאראן אזעלכע מענטשן.
פאר די וואס וויל דווקא רעדן פון דער דאזיגער משפחה וואלט איך פארגעשלאגן צו פשוט מתפלל זיין פאר די קינדער, ניצול צו ווערן פון דעם גזר דין וואס האט זיי באטראפן. דעם נפטר'ס קינדער האבן, אפילו לויטן גרעסטן קטיגור, קיינעם קיינמאל קיין שלעכטס געטאן. זיי זענען דווקא בארימטע אנשי חסד. אזא מענטש ווי ארי יאקאבאוויטש'ס פרייהייט איז ווערט יעדן פרייז אויף דער וועלט - נישט בלויז ווייל עס קומט זיך אים, נאר צוליב די הונדערטער מענטשן וואס זענען אין אים אנגעוויזן.
איז עמיצער מיט מיר מחולק?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:30 |
|
| |
האסט שוין אמאל געהערט אז איינער זאל שעלטן זיין גוטן פריינט?
דאס ווייס איך קלאר אז ער האט אים געשאלטן. איך געדענק די מעשה ווי היינט. דארף יעצט איינער אויפקלערן די ביליגע חנופה אקט פון רז"ל.
איך האלט אז ער מעג מספיד זיין וועמען ער וויל, (לערנען וויל ער דאך נישט). אבער זאגן פוסטע שקרים און ביליגע חנופה לעקעריי, איז ממש א גרויל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:29 |
|
| |
כער זאגען אז רזאלי האט מספיד געווען הרה"ח שמעון ווייס ע"ה אין בני יואל - חרדים
איז דאס אמת?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 19:58 |
|
| |
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ויהא זכרו ברוך.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 19:43 |
|
| |
מ'טאר נישט מקטרג זיין אויף א איד אין די שבעה, אזוי ברענגט די חיד"א, און אויך ברענגט די חיד"א די געוואלדיגע חסד של אמת וואס מ'טוט ווען מ'איז מליץ טוב.
דעריבער היינט יו"כ קטן וועל איך מיר איינקויפן די חסד:
ר' אביגדור איז געווען א פרומע ווארעמע חסידישע איד, שומר תורה ומצוות, ער האט זייער אסאך פריוואטע אידן 'אויפגעראכטן', איך קען עס מעיד זיין, ער האט אין זיינע לעצטע יארן מיטגעמאכט שרעקליכע יסורי הנפש והגוף, בלי גוזמא, איך בין זיכער אז יעדער איז איהם מוחל און קיינער וויל חלילה ער זאל נענש ווערן צוליב פריוואטע אנטשוינונגען, ער האט אויפגעשטעלט א שיינע דור, זיינע קינדער ה' ישלח להם ישועה מן השמים במהרה, זענען באמת גוט הארציגע, צוגעלאזן, זייער עהרליך, קיינער האט אויף זיי קיין תערומות.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ויהא זכרו ברוך.
|
|
|
|
|