בית פורומים כל העולם כולו

בד''ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/8/2007 04:52 לינק ישיר 

דער בן סורר ומורה, האט פארכפאט זיין רוחניות'דיגע ירושה.
זיין זון דער יענקי און דער מן הארץ, האבן פארכאפט די פעיראלל, און די בילדינגס.

פארגעסן. זיי האבן אויך גע'ירשנט יודל וויינשטאק מיט פראדעל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2007 05:18 לינק ישיר 

באמת האב איך זיך אסאך גע'ישוב'ט אויב איך זאל מיך דא אריינמישן, איך האב מורא אז מיינע ווערטער וועלן שלעכט פארשטאנען ווערן, אבער איך האב באשלאסן אז איך מוז עס ארויסברענגען פשוט לזכותו פונעם נפטר.

צווישן די אלע טענות ומענות און גערעדעכץ ארום דעם נפטר און זיינע פעולות ווערט בארירט אבער נישט ארויסגעברענגט די וויכטיגסטע נקודה וואס מוז לדעתי ארויסגעברענגט ווערן, און איז אין גדר פון קידוש השם; דאס איז די זכיה וואס דער נפטר האט געהאט, מסתמא צוליב זיינע פילע מעשי צדקה וחסד, אז מען האט אים פון הימל באצאלט א גרויס טייל פון זיין עונש נאך אויף דער וועלט.

עס דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן דער אפענער יד ה' וואס מען האט געזען ממש אומנאטורליך אין די לעצטע פאר יאר ביי דעם נפטר
- נישט חלילה עס זאל אויסגעטייטשט ווערן ווי פרייד אדער נקמה געפילן - וויאזוי דער איד איז געפאלן מאיגרא רמא לבירא עמיקתא אויף א פארנעם וואס איז זעלטן ווען געשען אין די היסטאריע!

עס האט זיך ארויסגעוויזן קלאר אז יש מנהיג לבירה, די וועלט איז נישט הפקר! דאס מישן שמוציגע מחלוקת טעפ א גרויס חלק פון זיינע לעבנ'ס טעג, דאס נעמען א ריזן טייל אין צוברעכן און צופליקן די הייליגסטע קהילה אויף דער וועלט, דאס אנטייל נעמען אין די שוידערליכע רשעות וואס איז אפגעטאן געווארן ביים צוטיילן א טאטן און א זון וועלכע זענען געווען "נפשו קשורה בנפשו", די און אלע אנדערע מעשים תעתועים גייען נישט פאריבער אומבאצאלט! אויף יעדן טאט געט מען אפ דין וחשבון, מ'קען נישט טון קיין רשעות אן אמאל צו באקומען באצאלט דערפאר!

זאלן די ווערטער זיין א זכות און א מליץ יושר פאר דעם נפטר אויף יענער וועלט
, לאמיר האפן אז ער זאל שוין האבן אפגעקומען דאס זייניגע מיט די שרעקליכע יסורים וואס ער און זיינע - העכסט אומשולדיגע - קינדער האבן געליטן און ליידן נאך יעצט אויף דער וועלט, אין צוגאב צום קידוש השם און מוסר השכל וואס קומט פאקטיש ארויס פון דער שוידערליכער פאסירונג, זאל אים ביישטיין אז ער זאל מער נישט ברויכן ליידן אויף יענער וועלט פאר זיינע מעשים פון אמאל.

נ.ב.
דא איז אין פלאץ צו בעטן פון אלע אידן וועלכע זענען געטראפן געווארן פון זיינע מעשים דורכאויס די יארן אז זיי זאלן מוחל זיין פארן נפטר בלב שלם, ער איז פארט אדורך שוידערליכע ליידן די לעצטע פאר יאר, און האט זיכער געהאט ערגעץ וואו הרהורי חרטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2007 10:12 לינק ישיר 

איין זאך איז זיכער, אויב איז עס ווי די אהרונים זאגן אז ער האט געהאט א ריזן טייל אין "ראטעווען די הייליגסטע קהילה אין דער וועלט", וועט אים דער געוואלדיגער זכות ביישטיין בעולם האמת, וואו רבינו הקוה"ט זי"ע און רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל וועלן אים אקעגנקומען און מכיר טובה זיין דערפאר.


איי, זיינע יסורים אויף דעם עולם, ווייסן מיר נישט דעם באשעפערס חשבונות, ווי די מספידים האבן עס ארויסגעברענגט אין קרית יואל, בפרט הגה"צ דער ווינער רב שליט"א.

 עס איז געווען ממש אין די בחינה פון רשע וטוב לו צדיק ורע לו! מען זעט וויאזוי אידן וואס טרינקען בלוט פון אומשולדיגע אידן שוין יארן לאנג און אויך דערצו באיצטלא דרבנן דרייען זיך ארום און לעבן און לאכן, בעת ערליכע אידן וואס זענען גומל חסד מיט אידן ליידן נעבעך.
 נסתרים דרכי השם!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד''ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.