בית פורומים כל העולם כולו

'דער בלאט' מלמד פון 'דער איד'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/8/2007 18:17 לינק ישיר 
'דער בלאט' מלמד פון 'דער איד'




אינעם נומער פון ערב שבת עקב האט 'דער בלאט' באריכטעט אז אלוועלטליכע בעלזער חסידים גרייטן זיך אפצוצייכענען די פופציגסטע יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע.

 מיט א וואך שפעטער , אינעם נומער פון ערב שבת ראה האט 'דער איד' באריכטעט אז בעלזער חסידים האבן אפגעצייכענט די פופציגסטע יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע, 
און מוסיף געווען דעם טיטל: צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות,.

 וואס האט פאסירט אז 'דער איד' האט זיך פלוצים דערמאנט אז עס  עקזיסטירט אזא באגריף ווי הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע?


אין יאר תשנ''ד צי תשס''ב צי אין אן אנדערע יאר אין די לעצטע 50 יאר האבן  דען בעלזער חסידים נישט אפגעצייכנט די הילולא פון הרה''ק מבעלזא זי''ע?

אין די גאנצע 50 יאר איז הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע נישט געווען דער 'צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות'?


פארוואס ביז'ן פופציגסטער יומא דהילולא איז געווען די הילולא בבל יראה ובבל ימצא אין 'דער איד'?


לויט'ן ספר הקדוש 'ויואל משה' האט די פופציגסטע יארצייט אן אנדערע הלכה ווי דער צוויי און צוואנציגסטע יארצייט?


אלא מאי?



'דער בלאט' איז דער מורה דרך פאר 'דער איד', און אויב 'דער בלאט' האט מחליט געווען אז מען דארף מאכן א סוף צו דעם טפשות און רשעות פון פארהוילן פון אונזערע קינדער אז בדורינו האט געלעבט אזא קדוש וטהור ווי מהר''א מבעלזא זי''ע, מוז 'דער איד' נאכטאנצן, צי עס שמעקט יא פאר זיינע לייענער צי נישט.


 יא! מנשה פילאפף און מיילעך שטערן שרייבן ארטיקל'ן אין א צייטונג וואס איז א תלמיד פון 'דער בלאט', און וואס 'דער בלאט' איז מחליט אזוי דארף מען פיטערן אונזערע קינדער. 

 אנשטאט אז דער אייניקל 'דער בלאט' זאל דארפן נאכגיין אין פיסטריט פונעם אלטן זיידן 'דער איד', איז פונקט פארקערט, דער אריבער 50 יעריגער צייטונג 'דער איד' גייט נאך, ווי א לעמעלע צו די שחיטה, דעם אינגן און גע'אסר'טן צייטונג 'דער בלאט'.

 שוין אפגעזעהן אז 'דער איד' מאכט נאך דעם 'בלאט' אויף טריט און שריט, אריינגערעכנט , א הויפטנייעס בילד אויפן ערשטן זייט  און אלוועלטליכע בילדער ביי נישט-אידישע נייעס מיט בילדער פון אדמורי''ם ורבנים לרחצה, וואס 'דער בלאט' האט איינגעפירט לטובת הכלל אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו די גויאישע צייטונגן און רעליגעז ציוניסטישע צייטונגען און מאגאזינען.


 סך הכל: 'דער בלאט' איז דער רבי, מורה דרך, וועגווייזער,
 מנהיג רוחני, מנהיג גשמי, פון 'דער איד'.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2007 04:20 לינק ישיר 

און אויב פארקויפן זיי למשל 10 טויזענט, 20 טויזענט אדער מער, מיינט עס אז עס איז שוין כשר?


איך געדענק נאך דעם אלגעמיינער אין אירע גוטע צייטן, ווען זי האט געשימפט און געשאלטן יעדע זאך וואס האט געשמעקט סאטמאר, און האט פארקויפט טויזנטער קאפיס א וואך, האט דאס עפעס משנה געווען דאס מציאות ביי סאטמארער חסידים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2007 02:49 לינק ישיר 

אקסעלע
יעדער ווייסט אז דער בלאט פארקויפט נישט קיין 3 טויזענט בלאטן פער וואך
עס איז א צייטונג פאר פרויען, מיט נארישע ארטיקלען און אביסל ליצנות וואס פארגרוילט פאר יעדן ערנסטן מענטש עס צי נעמען אין די האנט.

די וואך אליין האבן עטליכע  גרויסע אדווערטייזער אדווערטייזט אין דער איד און נישט אין די טמא'נע בלאט

כולל שומרי החומות
חסד לאברהם סקולען
און נאך אפאר וואס איך געדעק נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2007 02:34 לינק ישיר 

ווען מען האט גע'אסר'ט בני יואל, האבן תמימות'דיגע מענטשן אין סאטמאר געהאלטן אז דאס איז אט פארגאנגענהייט.


ווען מען האט גע'אסר'ט פנים חדשות פון שאולזאהן האבן א סאך מענטשן אויך געמיינט אז דאס איז עס מיט אים.

כהנה וכהנה קען מען ברענגען איסורים וואס מען האט זיכער געמיינט אז מיט די איסורים וועט עס ברענגען אן ענדע צו די זאכן.

אבער למעשה איז עס נישט אזוי געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:44 לינק ישיר 


ווען דער גראב''ד ר' יח''מ פר''מ האט גע'אסר'ט דעם 'בלאט' האט ער נישט געגלויבט אז ביים ווינקעל פון זיין הויז אין געשעפט פון הרה''ח ר' וואלף לעפקאוויטש ע''ה וועט מען פארקויפן דעם 'בלאט'.

 דער גראב''ד האט אויך נישט געגלויבט אז 'דער בלאט' וועט זיין דער וועגווייזער פאר 'דער איד'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:39 לינק ישיר 


רמקול ביטע ווער נעלם.
 דו נעמסט אוועק דעם ערנסטקייט פון די גאנצע נושא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:36 לינק ישיר 

רמקול


מאכסט א טעות.

ווען מען האט גע'אסר'ט דעם אלגעמיינעם האט דאס געמיינט אז דער געמיינער גייט אונטערגיין.

עס מיינט אז סאטמארער חסידים טארן עס נישט ליינען. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:32 לינק ישיר 



איך פאלג.

 איך האב מחליט געווען אויפצוהערן צו שפילן ''זאלי''.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:30 לינק ישיר 

 

לויט ווי איך געדענק האט 'דער בלאט' יא געשריבן אין די לעצטע 8 יאר פונעם יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע.


און ווי פארשטענדליך אז 'דער איד' מאכט דאס פאוואליע צו קאפירן דעם 'בלאט'.

 וקשיא במקומה עומדת: פארוואס האט מען איגנארירט 
פאר די לעצטע 50 יארהרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:21 לינק ישיר 

א שטאטע קאפ דער איד... אכט יאר האט אים געדויערט ביז ער האט אנגעהויבן צו קאפיען עפעס פון זיין אייניקל...

און אז מ'רעדט שוין, אפשר ווייסט עמיצער פארוואס דער בלאט האט נישט באשריבן די יארצייט פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע אין די לעצטע אכט יאר?!

אה, היי יאר איז די פופציגסטע, וואס איז א ספעציעלע יובל החמישים אפצייכענונג! אה, איך פארשטיי שוין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 20:21 לינק ישיר 



לאמיר שוין דערלעבן די מפלה, און דערנאך וועלן מיר זיך שוין ספראווען מיט די בעלזא יארצייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:17 לינק ישיר 

 אויב 'דער בלאט' וועט האבן א מפלה, ווער וועט פארשרייבן
 פאר 'דער איד' ווען און וויאזוי צודעקן הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 20:06 לינק ישיר 

רמקול

הער שוין אויף צו שפילען זאלי.

אפילו די אנדערע שרייבער שפילען מיט מיט דיר, אבער למעשה די ליינער'ס קויפען נישט דיין עקט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2007 20:03 לינק ישיר 


אויב דער ברך משה זצ''ל ואתו עמו הגאונים הצדיקים חברי הבית דין צדק דק''ק יטב לב ד'סאטמאר האבן גע'אסר'ט דעם טמא'נעם ''בלאט'' וועט דאס סוף כל סוף האבן א וויסטע מפלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 19:37 לינק ישיר 



ועל כגון דא נאמר: ועל חטא שחטאנו לפניך בלא יודעים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2007 19:32 לינק ישיר 



ביי מיר אין שטוב קומט ניש אריין דער טמא'נער און גע'אסר'טער ''בלאט'' הידוע לשמצה ,
 און דערפאר ווייסן נישט מיינע קינדער און בני בית
אז  זיי ליינען דא א מהלך פון דעם אפגעריסענעם ''בלאט''.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 'דער בלאט' מלמד פון 'דער איד'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext