נעכטן האבן "צענדליגער טויזנטער געטאנצן אין די גאסן פון ירושלים" ,שרייבט דער בלאט.
אמת! איין מאל געשריבן ריכטיג. צענדלדיגער טויזנטער האבן געטאנצן אין די גאסן אז מען איז ב"ה נישט כפוף אונטער דעם מאנארויער רבי'ן. ווייל אי לאו האי יומא ח"י סיון תשנ"ט, וואלטן "אלע" הערליכע מוסדות התורה נישט געהאט אפילו א ספק נישט ארויסצושיקן זייערע תלמידים צום קבלת פנים.
ב"ה היינט האבן זיי נישט קיין פראבלעם נישט צו שיקן די תלמידים.
אזוי אויך האט קיין שום רב וראש ישיבה נישט קיין פראבלעםן צו בלייבן זיצן אינדערהיים און דארף נישט מורא האבן פאר זיין לעבן.
אשרינו מה טוב חלקינו! יא! אודאי האבן "צענדליגער טויזנטער" געטאנצן אין די גאסן פון ירושלים.