| נשלח ב-20/8/2007 23:45 |
|
| |
דזשימי דשאסטיס
א איד מיט א קאפעל האט לעצטענס זיך אנגעקלערט צו מאכן פריילעך אין שטאט, און פארט ארום כאפען אויף ווידיאו טראפיק טיקעט שרייבערס וואס ברעכען פארקינג געזעצן.
ס'פעלט איהם זיכער א שרייפעל אדער צוויי, און פון התגרות באומות ווייסט ער נישט קיין סאך צו זאגן, אבער דאך איז א שאד דאס צו פארפאסען...
http://reason.com/blog/show/122066.html
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 00:11 |
|
| |
איך גלייב נישט וועם איך זעה דא... דו לעבסט נאך???
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 00:21 |
|
| |
אבער נאך ווי, ווי ער לעבט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 00:32 |
|
| |
איך 'על דיר זאגן די אמת.
שוין א לענגערע צייט וואס איך בודק לפחות איינמאל א חודש... דא אין פורום און איך ווינדער מיך וואס איז געשעהן מיט דער קאווע שטיבעל/מקוה וואס האט דא אמאל אפערירט.
היינט האב איך פונקט בטעות באגעגענט דעם אויבנדערמאנטע ארטיקעל און זיך דערמאנט ווי דאס וואלט ווען געמאכט א אינטערעסאנטע שמועס אין פורום.
איז לאמיר זעהן...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 05:12 |
|
| |
אינטערסאנט קיינער פון די פאליציי האט אים נאך נישט ארעסטירט.
אויף קלענערע חוצפה האב איך שוין געזען ארעסטן
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 17:20 |
|
| |
ברוך הבא. עס איז א פרייד דיר צו זען צוריק.
אז אזעלכע ווי דיר זענען נעלם געווארן פון איין טאג אויפן צווייטן, זעט עס אויס אזוי.
עס איז צום האפן אז איצטער וועט מען מער הערן פון דיר און דעריבער אויך פון אנדערע.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 20:46 |
|
| |
wow!
דיפלאמאט... שוין יאהרן נישט געזעהן...
אדאנק דזשימי דזשאסטיס...
וואס איין צודרייטער קען באווייזן...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 21:45 |
|
| |
שושנת יעקב, מיט זיין ארגינעלער חן
ווי האסטו דיך באהאלטען די אלע יארן??
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2007 20:08 |
|
| |
מ'קען איהם נישט ארעסטירן, ווייל ער קומט מיטן געזעץ, אבער אויב קוקט איר גוט כאפט ער זיך אהן אין נשים, ווייל די מענער שרייען איהם אן, יא כ'מעג און האבן איהם פארפאקט.. אזוי ווי מ'זעהט אויף איין קליפ.
כ'גלויב אז ער באנארישט זיך, ווייל ביי די גוים זענען אלע אידן אייניג, און אויב וועט מען דארפן אמאל א נשיאות חן ביי די פאליציי, וועלן זיי זאגן, דזשאסטיס, און העכסענס וועלן זיי צולייגן פארדעם דזשימי.
עס שמעקט כלל נישט פון קיין התגרות באומות.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2007 23:07 |
|
| |
איך האב אויך באמערקט אז אלע זיינע קרבנות זענען נשים,
וויפוהל מענער "טיקעט שרייבער" קענט איהר?
תוקן על ידי jid_613 ב- 23/08/2007 23:12:47
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2007 07:57 |
|
| |
דער דזשימי ווי אזוי ער רופט זיך, קוק אויס ווי א חסר דעה, ער שרייעט ווי א צורידעטער, פארשטייט זיך אז זיין נארישער שרייען לייגט אסאך צו צי די דראמא
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2007 17:35 |
|
| |
ביי אונז יודען איז דא א ענין פון מוחה זיין
|
|
|
|
|