גאב"ד ירושלים נעכטען אויף א באזוך און בעלזא מחנובקא
נעכטען (מיטוואך) איז פארגעקומען גאר א דערהויבענע באזוך בבית כ"ק האדמו"ר מבעלזא מחנובקא שליט"א, בשעת וואס די גאב"ד פון ירושלין הגה"צ רבי יצחק טוביה וייס שליט"א איז געקומען ספעציעל צו פארען פון ירושלים, די גאב"ד האט זעך אויסגעדרוקטאז ער דארף אויך א ברכה פון צדיק פאר די הייליגע טעג, און שטוב פון אדמו"ר מבעלזא מחנובקא האבען אפגעוארט זקני החסדים מקבל פנים צו זיין כ"ק הגאב"ד ובראשם הגאון ר' אהרן ברייש מראשי הישיבה דחסידי בעלזא מחנובקא, רבי צבי רוזובסקי ראש כולל בית יצחק מאיר דחסידי בעלזא מחנובקא, הגאון רבי זעליג לוריא שליט"א ראש כוללי עיון דחסידי בעלזא מחנובקא, הגאון רבי יעקב יושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת בעלזא מחנובקא, הרה"ח רבייחיאל הירש שליט"א מנהל הישיבה און משב"ק פון הייליגען בעלזער רב זכרונו לברכה, הגאון רבי יוסףבלזם שליט"א, הרה"ח רבי אשר זעליג אייזנבערג שליט"א, הגאון רבי יהושע ליברמאן מרמ"י ישיבת חכמי לובלין, וכו' וכו',
כ"ק הגאב"ד שליט"א האט גערעדט און לערנען מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא מכנובקא מהאט ארומגערעדט בעיקר אויף הלכות שמיטה וואס איז שטארק נוגע פאר בני אר"י, שפעטער האט ער געזאגט פאר'ן רבין אז ער האטגעהערט פון רבני העדה בשם די מנחת יצחק וואס איז ידוע אז ער איז געוועהן א בעלזער חסיד פון ר' ישר דוב זצ"ל אז ער האט געזאגט אויפ'ן רבין שליט"א אז ער אזוי האבן אויסגעקוקט פארצייטיש אינדערהיים א בעלזא קינד, שפעטער האט די גאבד געבעטען פון רבי'ן א ברכה אויפ'ן נייע יאר.
ביים ארויס גיין האט אדמו"ר מבעלזא מחנובקא זעך געזעגענט האט די גאב"ד געזאגט אזערוויל גיין באזוכען די מוסדות וואס ער הערט אז מזוצט דארט קרוב צו דריי הונדערטבחורים חסידישע בחורים על התורה ועל העבודה, די רבי שליט"א איז מיטגעגאנגען.
בבית האדמו"ר מבעלזא מחנובקא
ווינשט לחיים פארן בעלזא מחנובקא רבי'ן
ארויסגייענדיג פון בית האדמו"ר מבעלזא מחנובקא
אויפ'ן וועג צו א באזוך און די מוסדות הק' דחסידי בעלזא מחנובקא
אריינקומענדיג און היכל הישיבה דחסידי בעלזא מחנובקא
 |
|
|