די מוסדות האבען מורא אריין צו נעמען אזוינע קינדער, ווייל ס'איז פאר זיי צו א גרויסע טירחא זיך צו צושטעלען.
פארשטייט זיך אז דער פראבלעם איז בעיקר פאר קינדער וואס געהערען נישט צו א פארטיי וואס פארמאגט אייגענע מוסדות, און דערפאר שפירען נישט די חדרים אן אחריות צו דיע קינדער.
מאידך גיסא, די חדרים וואס שטעלען זיך יא צו, זענען אויך נישט גרייט אז ביי זיי זאלען זיך ציזאמען נעמען מער ווי די נאטירליכע פערצענט פון קינדער וואס האבען אלערדשיס.
לאמיר האפען אז גאווערנער שפיטצער וועט טרעפען א וועג צו האבען א שליטה אין דעם הינזיכט אויך איבער אונזערע מוסדות ויד ה' בידו יצליח.
נשלח ב-30/8/2007 22:25
איז היינט עלערדשיס ערגער ווי מיט יארן צוריק?
איך געדענק נישט אין חדר קינדער מיט די פראבלעמען
נשלח ב-27/8/2007 00:16
איך ווייס נישט פון קיין איין מוסד וואס מאכט פראבלעמען פאר אלערזשי קינדער איך האב גראדע א קינד מיט אפאר אלערזשיס טאקע נישט "לייף טרעטענינג" ב"ה אבער גענוג שלעכט און קיין איין מוסד האט מיר נישט געזאגט א ווארט (איך האב אין 2 מוסדות) די מלמדים און מנהלים האלטן זייער שיין מיט ממילא איז לכאורה אבי גערעדט
איך ווייס פון אסאך מוסדות וואס לאזן נישט ברענגען ניסלעך אדער מילכיגס פאר ריסעס וכדומה איך מיין אז עס גייט אריין בגדר פיקוח נפש ווי מען האט שוין אפאר מאל געהערט ר"ל ממילא מאכט נישט קיין סענס אז עס זאל זיין אמת .
תוקן על ידי - איש_מאנסי - 27/08/2007 0:19:05
_________________
נשלח ב-26/8/2007 20:18
די היימישע חסדים האבען נישט קיין נורסעס.
אפשר קען מען אויף דעם באקומען א פראגרעם.
נשלח ב-24/8/2007 23:00
איך קען אביסל פארשטיין די חדרים ווייל איך האב מיין אפיס לעבן א חדר, אין איך זע שוין אפאר מאל הצלה, און ווען איך פרעג וואס דאס איז זאגט מען מיר א אינגל מיט אלערדשיס.
עס איז א פראבלעם וואס דארף א פתרון.
די מלמדים און מדריכים דארפען זיין לכאורה ספעציעל געשולט צו באהאנדלען דעם פראבלעם.
נשלח ב-24/8/2007 07:51
jid,
פארלאז דיך נישט גאווארנער שפיטצער ער איז סתם א מאל מאכער, ווידער אין חדר האב איך נישט געהאט א פראבלעם מיט איינער פון מיינע קינדער וואס אלערדזשיס, איך האט מיט געשיקט עסן אין דער מלמד האט מיט שטארקן געדולד געמאכט זיכער אז ער נאר דאס.