מעטשען האבן היינט נאכמיטאג געזעהן ווי די פינף דיינים פונעם בית דין, גייען אריין אין "בית יעקב" בנין אויף 45 סט. און דערנאך פארן זיי צו צום "בנות ציון" (מנורה), און מעסטן אויס די גרויסקייט פון ביידע פלעצער, האט איינער מעהר פרטים, זאל ביטע שרייבען - די וועלט איז זייער נייגעריג וואס עס האט פאסירט - אין די אנטוויקלונג אינעם בית דין שטוב. א דאנק
_________________
נשלח ב-29/8/2007 02:53
אזוי ווי די היימישער ציבור איז זיך ב"ה צו וואקסן אין בליע"ה שטארק פארמערט אין די בימ"ד בית יעקב חאטש ס'איז גאר גרויס איז די ציבור עס איבערגעוואקסן בליע"ה.
על כן האבן די נציגים וואס זיצן אין בית דין אריינגעגעבן פארן בית דין א פארלאנג אז אזוי ווי די נייע בנין פין בנות ציון שטייט ליידיג אין קיינער נוצט עס נישט אין ס'איז פיל גרעסער אין העכער ווי די בית יעקב מיט א גאלעריע וואס דאס אלעס וועט פארלייכטערן די תפילות אין טישן אין די הייליגע טעג אין ס'וועט זיין לתועלת הרבים.
נציגי צד 48 האבן אויפגעשפרינגען פין כעס הערנדיג די פארלאנג אין אהנגעהויבן צו שרייען אין פארפירן אז ווער זענען זיי? ס'קומט זיך זיי גאהרנישט! זיי האבן נישט קיין שום רעכטן אין ס'קומט נישט אפילו אין באטראכט.
בית דין האט אבער איינגעזעהן די נחיצות הענין אין באשלאסן תיכף ומיד אראפצופארן קיין בארא פארק אין באטראכטן ביידע פלעצער.
פארשטייט זיך אז צד 48 האבן נישט מסכים געווען אין אהנגעהויבן צו פארפירן אז די בילדינג בנות ציון איז אינגאנצן זייער'ס אין קיינער קען זיי נישט זאגן וואס צו טוהן.
די בי"ד האט זיי געלאזט שרייען אין זיך אויסגעלאכט פין די וואס שרייען כאילו 45 האט נישט קיין רעכטן אין נישט טענות אויף נכסי הקהילה פין באבוב, אין אלע 5 דיינים היושבים בבי"ד זענען אריבער געפארן קיין בארא פארק אין באזוכט אין ביידע פלעצער קודם אין די בית יעקב און דערנאך אין די נייע בנין פין בנות ציון אין ארומגעקוקט אין געמאסטן, אין ביז סוף וואך וועלן זיי באשליסן.
תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 29/08/2007 2:56:03
נשלח ב-29/8/2007 17:21
א קיצור, בנות ציון איז אין די"ת אזוי שאר מוסדות באבוב מיט אלע מיליאנען וואס זיי האבן געצאלט פאר רבי יונתן בנימין.
נשלח ב-30/8/2007 01:01
אפילו בית דין זאל האלטן אז ע"פ תורה קומט אונז פון די נכסי הקהלה פון באבוב, גלייב איך נישט אז בית דין וועט אונז יעצט צושטעלן דעם פלאץ ביז'ן נאכן ענדע פון דין תורה