ווער האט אריינגעלייגט די ארטיקל אין "הארץ"?
פאריגע וואך האט איינער דא אריינגעלייגט א ארטיקל וואס איז געשטאנען אין "הארץ" וואו די מאנראו רעבע ווערט שטארק אפגעלאכט פאר די דורכגעפאלענע נסיעה אין ארץ ישראל. די אהרונים האבן טרומפייטערט אז די ארטיקל איז געווען אונטערגעשטעלט דורך סאטמאר. כ'על ענק זאגן די אמת אז איך אליינס האב געהאט א ספק אפשר האט איינער מיט א קורצן שכל געגעבן די אינפארמעישאן פארן "הארץ" שרייבער.
אבער די וואך ביים זען די העדליין אין בלאט איז מיר שוין אלעס פארענטפערט: די אהרונים זענען נעבעך געווען טויט דעפרעסט, די גאנצע ציוניסטישע גאס נעמט אויף זייער רעבע ווי א "אייגענעם", זיי פרייען זיך צו די ציוניסטישע "סאטמארע" רבי, זיי קענען טרומפייטערן אז אפילו סאטמאר אנערקענט אז די אגודה איז געווען גערעכט, עפ"ל, און אין אלע ציוניסטישע צייטונגען, פרייע ווי פרומע, ווערט אפגעגעבן "פול רעספעקט" פארן 'סאטמארן' ציוני.
בלית ברירה, נאך וואס אפילו דער טמא'נער "הארץ" האט געשריבן 4 אדער 5 סימפאטישע ארטיקלען פארן נייעם ציוני זענען נעבעך די אהרונים אליינס געווען געצווינגען אריינצורוקן עפעס נעגאטיוו ערגעץ וואו, און דערפאר האבן זיי אריינגעשטעלט דעם ארטיקל אין "הארץ", צו קענען טרומפייטערן די וואך אין בלאט "קוק, איינער האט מיך יא פיינט, א סימן איך בין יא סאטמאר"....
נעבעך..........
 |
|
|