בית פורומים באבוב

וואס גייט פאר אין באבוב?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/9/2007 22:50 לינק ישיר 
וואס גייט פאר אין באבוב?

וואס גייט פאר אין באבוב?

 

אלע האבן שוין געהערט פין די לעצטע פסק בית דין אין באבוב מיט די אפלעיקעישנ'ס וואס די באבובע חסידים וועלן דארפן אויספילן.

 

אין יעדער איינער פרעגט איז דאס וואוטס? איז דאס נישט קיין וואוטס? איז דאס אפענע צו פארמאכטע?

 

בקיצור 1000 שאלות אהן קיין תשובות.

 

איך וועל אין די פאר שורות פרובירן צו געבן א שטיקל באגריף פין וואס צו האט זיך דא אפגעטוהן אין וואס די לעצטע פסק דין וויל פין אונז.

 

קודם כל מיז איך שוין זאגן אז עס איז נישט קיין "וואוטס" אדער "בחירות". עס איז א "סארוועי"!.

 

א פאהר נקודות האבן צוגעפירט צו די לעצטע החלטת הבית דין.

 

1. ווען באבוב- 45 האט פארלאנגט בחירות אין בי"ד שוין פאר כמעט א יאהר צוריק  טענה'דיג אז וויבאלד זיי האבן 42% אויפן גאס קענען זיי געוואונען ביי פארמאכטע וואוטס, האבן די נציגי באבוב 48 ובראשם א.א.ל. געשריגן אין בי"ד אז וויבאלד אז 45 האט נאר 18% פין באבוב אין ממילא וועלן זיי קיינמאהל נישט געוואונען קיין וואוטס איז ממילא פארוואס פעלט אויס צונעמען א גאנצע קהילה אין עס איבערדרייען אין מאכן וואוטס ווען מ'ווייסט לכתחילה אז 45 וועט פארלירן די וואוטס?

 

2. ווען די נציגי 48 ובראשם א.א.ל. האבן געשריגן אין בית דין אז 45 זענען א באנדע שקצים אין זייערע בית מדרש איז א תיפלה אין אז זיי קומט זיך גארנישט קיין געלט-מוסדות-נאמען באבוב, האט בית דין זיי כסדר געפרעגט "די באבובער ציבור האלט אויכעט אזוי ווי דיר אדער וואס די זאגסט איז דיין אייגענע ווערטער?

 

3. נציגי 48 האבן אויכעט געטענ'ט פארן בית דין אז 45 איז א קבוצה פין יידן וואס האבן אויפגענומען א רבי'ן אין זיי האבן מיט באבוב גארנישט איינגעלייגט נאר זיי זענען גאר פרעמדע מענטשן מיט א פרעמדן רבי'ן אין זאלן זיי זיך רופן דאמבראווע אין לטענת נציגי 48 האלטן אויכעט רוב חסידים פין באבוב 45 אז ס'קומט זיך זיי גאהרנישט נישט קיין מוסדות אין נישט דעם נאמען ווייל זיי ווייסן אז אלעס געהערט צו באבוב 48.

 

 

די אלע 3 נקודות האבן מכריע געוועןדעם בית דין ארויסצוגיין מיט א "סארוועי" פאר ביידע צדדים אין אזוי וועט בית דין האבן ענטפער'ס אויף אלע 3 נקודות.

 

א. האבן 45 טאקע נאר 18% פין באבוב אין וועלן טאקע קיינמאהל נישט קענען געוואונען קיין בחירות אדער האבן זיי 42% אין וועלן יא קענען געוואונען ביי פארמאכטע בחירות?

 

ב. האלטן טאקע אלע אין 48 אז 45 זענען אזעלכע שקצים אז ס'קומט זיך זיי גארנישט? אדער איז דא אסאך וואס האלטן אז די מהרנ"ץ קומט אויכעט א חלק אין באבוב אין אזוי ווייטער פאר זיינער קינדער!?

 

ג. האלטן זיך 45 פאר פרעמדע וואס האבן נישט גארנישט מיט באבוב אדער האלטן זיי אז ס'קומט זיך זיי יא מוסדות מיט די נאמען?

 

דאס וואס מיינט די לעצטע פסק בית דין אין דאס איז פשט פין די אפליקעישענ'ס וואס איעדער באבובער איז געבעטן אהנצופילן.

 

בקיצור נישט קיין בחירות נאר אפשר בעסער געזאגט א "הכנה" צו בחירות!

 

יעדער קען דורך קוקן די פסק בית דין מיט אפלעקאציעס אין וועט נישט טרעפן קיין ווארט פין "בחירות" אדער "וואוטס" נאר ער וועט טרעפן ווי בי"ד חזר'ט איבער כסדר די ווארט "תביעות" וואס האלסטו חסיד 48 זענען דיינע תביעות אין וואס האלסטו חסיד 45 זענען דיינע תביעות! בי"ד פרעגט אונז וואס אונז זענען תובע אין בי"ד אין אויכעט פרעגט בי"ד יעדן איינעם וואס ער האלט לגבי די צווייטע צד.




תוקן על ידי באבוב_חסיד ב- 04/09/2007 4:46:56




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2007 23:08 לינק ישיר 

א יישר כוח פאר די שיינע הסברים

אפשר קענסטו מיר מסביר זיין סעיף ה' פין פסק בית דין?

לתועלת הרבים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2007 23:18 לינק ישיר 

לאמיר דיר טאקע מסביר זיין די סעיף ה' וואס זאגט אז בי"ד וועט געבן א געלעגנהייט פאר ביידע צדדים צו זעהן די אפליקעישענס.

 

שטעל דיר פאר אז ראובן רופט שמעון זיין שותף אין דין תורה אבער ער וויל נישט אז בי"ד זאל אויסזאגן פאר שמעון אז ער איז דער וואס רופט עם אין דין תורה – היעלה על הדעת? זיכער נישט

 

ווייטער לאמיר זאגן אז ראובן קען יא באשטיין אז שמעון זאל וויסן אז ער איז דער וואס רופט עם אין דין תורה אבער ער זאגט אין בית דין אז לוי האט אויכעט א תביעה א קעגן שמעון אבער ער וויל נישט אז שמעון זאל וויסן אז ער איז דער תובע - היעלה על הדעת אזיין טענה? מ'וועט דאך קיינמאל נישט קענען דערגיין דעם אמת וויפיל שמעון איז שולדיג פאר לוי אדער פארקערט?

 

אזוי ווי געשריבן אויבן רעדט מען דאך יעצט אין די יעצטיגע שלב "נישט" פין בחירות אדער וואוטס וואס דארט פארלאנגט זיך פארמאכטע וואוטס דא רעדט מען דאך ווי פריער דערמאנט פין "תביעות" בי"ד זאגט אז דער וואס האט א תביעה צו באבוב דארף חתמנ'ן – נו ? קען מען דען פארלאנגן תביעות אהן איינצוגעבן דיין נאמען?

 

אבער מיט דעם אלעמען דארף קלאהר געמאכט ווערן 2 נקודות.

 

1. זעהר מעגליך אז די פסק דין סופי וועט נישט זיין תלוי דווקא אין די "סארוועי" אין ממילא וועט עס בי"ד נישט דארפן ארויסגעבן פאר די צדדים, אין אפילו אויב יא וועט בי"ד אין א 4-5 חדשים פין היינט לאזן די צדדים איבערקוקן די אפליקעישענס אבער אוודאי נישט מאכן קאפיעס וכדומה.

 

2. בי"ד וועט געבן די מעגליכקייט פאר די וואס ווילן חתמנ'ן פאר איין צד אבער בעל פה וועלן זיי זאגן פארן בי"ד אז ער שרייבט אינטער באונס אבער בעצם וואלט ער אינטערגעשריבן פאר די אנדערע צד, אין די בי"ד וועלן דאס קאנטראלן מיט א פריוואטע נאטע-ביך ווי דארטן וועלן זיי דאס באשרייבן.

 



תוקן על ידי 48_רוסלאנד ב- 03/09/2007 23:20:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2007 23:29 לינק ישיר 

פין וואנעט נעמסטו דאס אז מ'קען חתמנ'ן איינ'ס אין זאגן בעל פה א צווייט'ס?
אין ווער זאגט דיר אז זיי וועלן אפשר נאר קענען זעהן די חתימות אין 4-5 חדשים אין נישט נעקסטע וואך?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2007 23:35 לינק ישיר 

לאמיר דיר ענטפערן אין קורצן.

 

א.    בי"ד שרייבט אזוי: "הבי"ד יתן לכל א' הזדמנות לראות ולבקר כל שטרי וכו'. זיי מדייק "הזדמנות" אין נאר "לראות" כדי "ולבקר".
 
שטייט נישט "הבי"ד ימסור את השטרות לצדדים" אין אויכעט נישט "הצדדים יוכלו לבוא לראות ולבקר בכל עת בכל זמן"....

 

אין לגבי די ענין פין א חותם באונס – דאס וועט מען היינט ביינאכט מרחיב זיין ביי די אסיפה אין גרויסן בית המדרש ווי די נציגים אין בית דין וועלן דאס שטארק ארויסברענגען אין בע"ה מודיע זיין פאר יעדן איינעם.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > וואס גייט פאר אין באבוב?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext