א
פאראייניגונג פון פילע קהילות קדושות בישראל האבן זיך שוין געלאזט קאסטן די
קאלאסאלע סומע פון קרוב צו א פופציג מיליאן טאלער אין דעם שטעטל ניובערג וואס איז
א אונטער א האלבע שטונדע פון קרית יואל.
נשלח ב-7/9/2007 04:04
שלום,
אויף דיין פראגע וויפיל א הויז קאסט אין מאנסי.
יעצט אזוי, איך האב גארנישט אקעגן דעם נייעם ישוב. אדרבה הלוואי זאל עס מצליח זיין, איך וואלט אויך אהין געמופט. און תחזקנה ידיהם פון די עסקנים פון איחוד הקהלות, וועלכע פירט אן מיט דעם פראיעקט.
איך האב אבער געזאגט אז לויט מיין אינפא (און קען זיין ס'איז נישט ריכטיג, אבער כ'מיין אז יא), רעדט זיך דא פון א עפראוועל צו בויען עטליכע הונדערט דירות, אויף אגרויסן שטח פער הויז, (ד"מ ווייניגער הייזער פער עיקער), און זייער פלאן איז אז ווען ס'וועט שוין זיין באוואוינט וועט מען מאכן א אייגענע ווילידש און מ'וועט טוישן די זאונינג וכו'. אויף דעם האב איך געזאגט אז לדעתי איז דאס חלומות צו גיין מאכן א ישוב מיטן חשבון אז מ'וועט שפעטער מאכן א ווילידש, והשנית אפי' אויב יא, וויל איך נישט וואוינען אין גלות ביי פרומע יודן.
יעצט וועגן וואוינען אין אנדערע גענגטן למשל אין ניו דשערסי, קודם כל איז דארט נישט אזוי ביליג ווי דו מיינסט, ווייל די גוים ווייסן אויך פון דעם סוד פון וואוינען נישט ווייט פון מאנהעטן, די ריעל עסטעיט טעקסעס דארט זענען הימל שרייענד, (אזוי ווי אין מאנסי). און בעיקר זענען די אלע פלעצער שטארק באוואוינט, און ס'איז נישט שייך מ'זאל זיך אהינציען א גרויסער ציבור אויפאמאל.
פארוואס מען קען זיך נישט אריינצוען אין א שטעטל פאר ביליג? ווייל דארט איז שוין די מארקעט עד לב השמים.
אדרבה, אויב ווייסטו פון א געגנט נעבן וויליאמסבורג, ב"פ וכדומה וואס די פרייזן זענען נאך נידריג לאז אונז וויסן.
אין די ענדע וועט עס טאקע אויך ווערן העכער, אבער קודם וועלן נאך דריי טויזנט מענטשן (נאר א משל. איך האב נאכנישט די ריכטיגע סטאטיסטישע ציפערן...) האבן ריזיגע דירות און שיינע פעלדער פאר שפאט ביליג.
און לכאורה זוכט מען טאקע אויך א פלאץ וואו מ'קען זיך גוט אויסשפרייטן און אויסברייטערן, וואס דאס וועט אפהאלטן אז די פרייזן זאלן אזוי ארויפלויפן.
עליכם זאגען מיר אני מאמין...שזאת התורה לא תהא מוחלפת, יישוב ארץ ישראל איז א מצוה שהוא שקולה כנגד כל המצוות שבתורה. אין ארץ ישראל איז איין אנדערע הנהגה.
דער פשט פון דעם מאמר חז"ל איז אז אפילו אין גלות צווישן די גויים זענען מיר נישט אויף איין פלאץ נאר צושפרייט. כדי סזאל זיי נישט זיין גרינג אונז אנצוטוהן צרות
צו וואס דארף מען צו זיין גרויס ביי גוים אין די אויגן. אלע יאהרן זענען אידן אוועק געשטאנען פון דעם. ווער סווייסט די היסטאריע פון פאר די קריג, איז די הויפט טענה צו די אגודה געוועהן ווייל זיי האבן געמאכט איין אייגענע פארטיי און נישט געגאנגען מיט די גויישע פארטייען.
איך מיין אז מען קען אסאך מעהר האבן אין אגויישע שטאט מיט אביסל שמן זית... ווי ביי אידן.
פאר תשובת המשקל זעה א שטיקל אוחה"ק
ויקרא פסוק ב או ירצה כי הגם שעדיין לא שלמו ימי גלות, יביא ה' למנין הנותר מהצער הקצוב אשר הוסיפו בני עולה לענות, ושמו אצל המזבח להשלים בו כפרה הצריכה אשר קצב ה' בגזירת הגלות: עוד ירצה כי יקריב מעשה הצרות לפני מדת הדין שמתיחסת למזבח, כדי לנקום נקם מאויבינו, ואומרו ופשט וגו', להיות שבגדים הראשונים הם לעשות משפט בעושי רעתינו, ועכשיו בא להטיב להוציאנו מהגלות ולהטיב אותנו, לזה ילבש בגדי בחינת ההטבה, כי לא יעכב קיבוץ גליות עד כלות עושי רשעה, אלא תיכף ומיד יקבץ נפוצותינו ויוציא אותנו ממחנה אנשים הרשעים אל מקום טהור היא ארץ ישראל הטהורה כי ארץ העמים היא טמאה היא ועפרה ואפילו אוירה ואין לך מקום שיקרא טהור זולת ארץ הקדושה:
נשלח ב-5/9/2007 15:33
איש מאנסי,
יא יא, כ'האב טאקע זיי אויך געמיינט. וד"ל.
נשלח ב-5/9/2007 06:29
באטשי,
פון דעם יקלוט זעט מען נאר אז אידן דארפן וואינען אין אנדערע "לענדער" נישט אין די זעלבע "שטאט" אין אנדערע פלעצער, און אויכט נישט דייקא צווישען גוים.
מיט פרנסה ביזטו גערעכט, אבער ניובארג למעשה איז בערך א שעה צו מאנהעטן, ממילא איז עס נישט אזוי געפערליך ווי די נייע סקווער שטעטל, עס איז 15 מינוט מער פון קרית יואל צו די שטאט, און אז מען קען פארן איעדען טאג פון קרית יואל קען מען פון דארט אויכט.
איך בין מסכים מיט דיר, אבער צוליעב איין אנדערן טעם
(1) ילקוט שמעוני שופטים - פרק ה - רמז נ צדקות פרוזונו בישראל. א"ר אושעיא צדקות עשה הקב"ה לישראל שפזרן בין האומות כי הא דאמר ליה ההוא אפיקורוס לר' יהודה נשיאה אגן עדיפגן מגייכו דבדידכו כתיב כי ששת חדשים ישב שם יואב עד הברית כל זכר באדום, והא כמה שני איתותביתו בהדן ולא קא עבדינן לכו מידי, א"ל רצונך יטפל לך תלמיד אחד, נופ]ל לו ר' אושעיא א"ל משום דלא ידעיתו היכי תעבדו תקטלינהו כולהו ליתנהו במלכותייכו תקטלו הנך דאיתנהו במלכותייכו קרו לכו מלכותא קטיעא, א"ל גפא של רומי בהא סלקינן ובהא נחתינן:
קיין שום מעלה פאר אידן צו וואינען אין אייגענע שטעט. פאר אלע צוועקן, אריין גערעכנט פארשטייט זיך אזא קלייניקייט ווי פרנסה, איז בעסער צו וואינען צווישען גויים, אזוי ווי אין ניו יארק אדער מאנסי.