|
|
| נשלח ב-5/9/2007 20:33 |
|
| |
שיע,
פארוואס מען קען זיך נישט אריינצוען אין א שטעטל פאר ביליג? ווייל דארט איז שוין די מארקעט עד לב השמים.
אדרבה, אויב ווייסטו פון א געגנט נעבן וויליאמסבורג, ב"פ וכדומה וואס די פרייזן זענען נאך נידריג לאז אונז וויסן.
אין די ענדע וועט עס טאקע אויך ווערן העכער, אבער קודם וועלן נאך דריי טויזנט מענטשן (נאר א משל. איך האב נאכנישט די ריכטיגע סטאטיסטישע ציפערן...) האבן ריזיגע דירות און שיינע פעלדער פאר שפאט ביליג.
און לכאורה זוכט מען טאקע אויך א פלאץ וואו מ'קען זיך גוט אויסשפרייטן און אויסברייטערן, וואס דאס וועט אפהאלטן אז די פרייזן זאלן אזוי ארויפלויפן.
א דריי פערטל לייזונג איז נאך פיל בעסער ווי א גאנצער פראבלעם.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2007 21:06 |
|
| |
וויפיל קאסט א הויז אין מאנסי?
וויפיל ביליגער קען שוין דארט קאסטען?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2007 22:14 |
|
| |
דיפלאמאט, קיינער איז נישט קעגן, אדרבה יעדער קוקט ארויס בכליון ענים, והלואי מי יתן והי' אז ס'זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל עפעס געטוהן ווערן אין דעם ענין.
נאר וואס יא? דער עולם האט שוין פארלוירן אביסל נאמנות אין די סארט קלאנגען. אין לעצטע פאר יאר איז שוין געווען פארשידנארטיגע קלאנגען, אז אט אט קומט א פרישער ישוב; איינמאל פענסילוועניע, איינמאל דא, איינמאל דארט, און אלעמאל מיטן זעלבן ניגון אז ס'האבן זיך אריינגעלייגט פעסטע עסקנים, ערנסטע יודן וכו' וכו,' און וואס האט זיך אויסגעלאזט דערפון? א גרויסן גארנישט! בין יום ללילה זענען די קלאנגען פארשווינדן געווארן, און ביני לביני זיצן מיר נאך על פת במלח אין די על הארץ תישן'דיגע דירות...
די נייעס וואס דו האסט דא אויפגעברענגט, ציט שוין נישט קיין ספעציעלע אויפמערקזאמקייט. ס'איז אזוי ווי די באקאנטע מעשה מיט "א וואלף א וואלף"... נאך אזויפיל אנטוישונגען ווייסט מען שוין נישט ווען יא און ווען נישט. דעריבער נעם נישט אן די נעגעטיווע אויסדריקן אלס קריטיק, נאר גיכער אלס יאוש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2007 22:50 |
|
| |
דיפלאמאט
שמועסט מען דען פון לעבן וויליאמסבורג ב"פ
איך שמועס פון מקומות ישוב פון ווי מען קען צוקומען קיין מאנהעטן ארבעטן. צב"ש קלייינע שטעט אין נו דשערסי וכדומה
פארגעס נישט איין זאך א גביר קען קויפען א דירה ווייט, אבער סתם א אינגערמאן מוז ברענגען פרנסה, די שאלה איז מהיכן ירק זה חי אויב עס איז צוויי שעה פון מאנהעטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2007 02:05 |
|
| |
ווער,
דאס האב איך טאקע געמיינט, כ'האב אמאל געהערט פון איינעם. וואס איז דער חילוק פון א גוי ביז א גוי גמור? א גוי מיינט א פלעינער גוי, אבער א גוי גמור איז שוין א איד. נישט אזוי, האסט שוין אמאל געהערט איינעם זאגן גוי גמור אויף א גוי?
יעצט אזוי, איך האב גארנישט אקעגן דעם נייעם ישוב. אדרבה הלוואי זאל עס מצליח זיין, איך וואלט אויך אהין געמופט. און תחזקנה ידיהם פון די עסקנים פון איחוד הקהלות, וועלכע פירט אן מיט דעם פראיעקט.
איך האב אבער געזאגט אז לויט מיין אינפא (און קען זיין ס'איז נישט ריכטיג, אבער כ'מיין אז יא), רעדט זיך דא פון א עפראוועל צו בויען עטליכע הונדערט דירות, אויף אגרויסן שטח פער הויז, (ד"מ ווייניגער הייזער פער עיקער), און זייער פלאן איז אז ווען ס'וועט שוין זיין באוואוינט וועט מען מאכן א אייגענע ווילידש און מ'וועט טוישן די זאונינג וכו'. אויף דעם האב איך געזאגט אז לדעתי איז דאס חלומות צו גיין מאכן א ישוב מיטן חשבון אז מ'וועט שפעטער מאכן א ווילידש, והשנית אפי' אויב יא, וויל איך נישט וואוינען אין גלות ביי פרומע יודן.
יעצט וועגן וואוינען אין אנדערע גענגטן למשל אין ניו דשערסי, קודם כל איז דארט נישט אזוי ביליג ווי דו מיינסט, ווייל די גוים ווייסן אויך פון דעם סוד פון וואוינען נישט ווייט פון מאנהעטן, די ריעל עסטעיט טעקסעס דארט זענען הימל שרייענד, (אזוי ווי אין מאנסי). און בעיקר זענען די אלע פלעצער שטארק באוואוינט, און ס'איז נישט שייך מ'זאל זיך אהינציען א גרויסער ציבור אויפאמאל.
אבער וואס ס'איז יא איז זיך צו ציען טאקע מער אפסטעיט. דאס האט טאקע א פראבלעם מיט פארן ארבעטן קיין מאנהעטן. אבער מיר דארפן זיך אויסלערנען אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי מאנהעטן. נעם למשל אזעלכע פלעצער ווי מידלטאון, אדער טאקע ניובורג, די זענען גאנץ כמעשה'דיגע שטעט. און מ'קען דארט טרעפן ארבעט, אמת טאקע נישט יעדער, אבער אויך נישט יעדער ארבעט אין מאנהעטן, ווי אויך אז מ'וועט זיך אהין ארויסציען וועט מען עפענען, אדער ארויסמופן געוויסע ביזנעסער פון שטאט דארט אהין, און פאר אסאך ביזנעסער וועט עס נאך שפארן געלט, צוליב די ביליגערע ריעל עסטעיט.
אבער דאס איז בנוגע ארבעט. בנוגע דירות, פארשטיי איך נישט פארוואס מ'קען זיך נישט צאמנעמען א גרופע יונגעלייט און ארויסמופן אין קאנטרי, אדער טאקע אין ניובורג. מיר קוקט אויס אז דער סיבה פארוואס עס איז נאכנישט געווארן א נייער ישוב איז דערפאר ווייל מען פרובירט אלס נאר צו מאכן פאר א גרויסן ציבור אויפאמאל, איך מיין אבער אז וומ"ס ב"פ און מאנסי, און אזוי אויך לעיקוואד, זענען געווארן ישובים צוביסלאך, מ'האט זיך ארויסגערוקט איינער איינער.
איז דארפן זיך צוזאמנעמען אפאר יונגעלייט, און פשוט גיין. און אז זיי וועלן גיין וועלן אנדערע נאכקומען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2007 04:04 |
|
| |
שלום,
אויף דיין פראגע וויפיל א הויז קאסט אין מאנסי.
א קליינער דריי בעדרומדיגער הויז קען מען באקומען פאר פיר הונדערט, אדער אביסל מער פון פיר הונדערט טויזנט דאללער, - און דא רעדט מען נישט פון א נייע, נאר א אלטע גענוצטע. - טעקס אויף אזא הויז קאסט ערגעץ צווישן פינעוו און אכט טויזנט דאלער א יאר.
און פון דא גייען סיי די פרייזן און סיי די טעקסעס ארויף העכער און העכער
|
|
|
|
|