אסיפת חינוך באבוב 48
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=4003
דורך דולה ומשקה » מיטוואך יוני 05, 2013 2:25 pm
פונקטען געהערט פון איינער פון די משתתפים.
נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען א אסיפת הורים פאר לערך 650 עלטערן וואס זייער קינדער לערנען אין דעם מוסד ישיבת באבוב בני ציון תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר מהרב"ץ א"ל שליט"א, דער רב שליט"א זעלבסט האט זיך נישט באטייליגט הגם ער האט דארט קינדער וואס לערנען אין דעם מוסד, געוויסע טייל פון די משתתפים האבן דוקא יא פאראויסגעקוקט אויף זיין השתתפות אדער געהאפט אויף זיין ערשיינונג אין זאל ערגעץ ווען, עס וואלט אסאך צוגעגעבן צו ערנסקייט פון דער אסיפה, היות באבוב האט נאך קיינמאהל נישט אין זייער היסטוריה דאס געטוהן, (לערך צען יאר צוריק איז טאקע געוועהן ענדליך צו דעם, אבער אויף אסאך א קלענערע פארנעם).
דער הקדמה צום אסיפה האט געמאכט רבי אפרים בארענשטיין משמש דבית המדרש הגדול, ווי ער האט געבעטן א דורך דער גאנצע צייט זאל א סעלפאון זיין בבחינת בל יראה ובל ימצא.
דערנאך האט אויפגעטרויטן איינע ווי די חשובע מנהלים, רבי מענדל קנאבלעך שליט"א א זעלטענע יונגערמאן, וואס פון זיין רעדע וואס איז געקומען מתוך עומק לבבו האט מען דערקענט ווי אמת'דיק ער איז איבערגעבען צו זיין פאסטן, ער האט ארוםארויף געברענגט שטארקע דוגמות וואס מאכען זיך אין דער ישיבה, אין ווי אזוי די עלטערן קענען ארויס העלפן אויף לטובת בניהם ובנותיהם, ער האט בכלל נישט גערעדט לקנטר אדער מוסר, אדרבה אויף זייער א פאזעטיווע אופן.
דער הויעך פונקט איז געוועהן דער צענטראלע דרשה פון רבי יוסף דניאל מייזעלס שליט"א מנהל ישיבת כרם שלמה (אין אנדער מוסדות ווערט דער סארט ישיבה אנגערופן בלשון "ישיבה קטנה"). ער האט אנגעהויבען זיין דרשה "ברשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א" - דאס האט ארויף געברענגט א שמייכעל ביי א טייל מענטשען היות דער רב שליט"א איז נישט דארט, אנדערע זאגען אז דער רב האט דאס אויסגעהערט דורך די טעלעפאון.
דא וועט מען ציטירן עטליכע פונקטן וואס ער האט דערמאנט:
1) באבוב איז דער שענסטע מוסד פון אלע אנדערע מוסדות התורה, והא ראיה קיין איינער קיין איין תלמיד איז נאך נישט אראפ פון וועג.
2) עס איז אינגאנצען אנדערש, גאר א שטארקע נפק"מ, אין מ'זעהט עס שטארק אויף א קינד אויב זיינע עלטערן דאווענען אלע דריי תפילות מיט דער רב'ס מנין אדער נישט, אין אז דער טאטע דאווענט ערגעץ אנדערש האט דאס אוטומאטיש א נעגעטיווע ווירקונג אויף דעם קינד.
3) מסירת נפש היינט צו טאג מיינט - אז אויב ביסטו מיד נאך א גאנצע וואך, עס קומט ליל שבת קודש, אין אנשטאט זיך גיין אפרוען גייסטו צום טיש דאס מיינט מסירת נפש, דער טיש איז זייער וויכטיג, אין אז דער קינד זעהט אז דער טאטע גייט צום טיש אפילו ווען ער איז מיד וואקסט ער אויף אינגאנצען אנדערש.
4) באבוב האט גענונג ניגונים, פון דער קדושת ציון, דער רב [מהר"ש] ז"ל, רבי משה גאלדמאן, א טייל ניגונים איז אין אידיש, בלשון גראמען, עס פעהלט בכלל נישט אויס צו זינגען פרייטאג צו נאכטס ביים טיש פון אנדערע ניגונים.
5) איך בין מחולק מיט דער גאנצע וועלט רבנים אין מחנכים, דער אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם, דער פראבלעם הייבט זיך אן סאך פארדעם, נאר דער אינטערנעט איז א מיטל שנעל אנצוקומען איבער דער גאנצע וועלט.
6) אין פארשטיי נישט פארוואס א בחור גייט ארויס לערנען צו א א אנדערע מוסד, נאך מער א בחור האט וואס צו לערנען אין סיי וועלעכע מוסד אין למשל ירושלים עיר הקודש, ווייל דארט קען ער "זעהן דער וועלט", ס'דא טייל דירה'ס וואס האבען ליידער דער אינטערנעט,אין דער חינוך וואס א באבוב'ער מוסד שטעלט צו קען קיין מוסד נישט צושטעלן.
דער משתתף זאגט מיר אז ער האט גערענדט איבער צוויי שעה אזעלעכע שטותים, אז דער עולם (פארגעס נישט דארט איז געוועהן נאר דער באבוב'ער עולם) איז מיד געווארען פון איהם צו הערען, מ'האט קוים געווארט ער זאל אויפהערען זיין פלעפלעריי,דער סעקונדע ער האט געענדיקט איז דער עולם אזוי שנעל ארויס געלאפען פון דעם זאל מיט א אויפרעגענישט "היתכן, אזוי לאנג אויפצוהאלטן א עולם מיט נערישקייטן.
אולי קען רב החובל ממלא זיין דעם חסרון אדער זיין א סניגור. 
 |
|
|