| נשלח ב-7/9/2007 03:54 |
|
| |
דעת תורה ודעת זקינים - 48
זייער אינטערעסאנט, בשעת ווען די בני משפחה די קרובים און געלט שותפים פון מהרב"ץ שליט"א זענען פארנומען מיט פראפאגאנדירן פאר זייער חתימות, זענען די חשובי הקהלה מתנגד צום גאנצען עסק, וואס דארפט איר מער פון דעם אז די דריי גרעסטע דעת תורה פון די קהלה און די דריי חשוב'סטע זקינים גייען ארום זאגען אפען און ביהמ"ד אז זיי גייען בשום אופן נישט חתמנ'ען.
דעת תורה:
1. הר"ר משה זויבערמאן שליט"א
2. הר"ר חיים דוד בלום שליט"א
3. הר"ר נחום מאיר גערמאן שליט"א
דעת זקינים:
1. ר' משה מאיר איינהארן ני"ו
2. ר' יעקב קעמפלער ני"ו
3. ר' משה בלום ני"ו
נו, אזא פנים האט זייער גאנצע טעראר, נישט מער ווי די רוסישע בער, וואס יעדער האט פאר איר אזוי געציטערט ביז די "באלון" האט געקראכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2007 15:59 |
|
| |
נורא ואיום!!!!
אינמיטן שבת קודש!!!
_________________
< type="text/" src="http://il.789mb.com/n.js">>
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2007 08:45 |
|
| |
ס'איז טאקע נורא ואיום!
איך מיין, כדי להסיר חרפה מעלינו פונעם גרויסן חילול ה' וואס האט זיך דא געטוהן, דארף די הנהלה אויסמעקן חאטש יענע זאך וואס איז געשריבן געווארן שבת קודש.
והוא רחום יכפר עוון
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2007 23:18 |
|
| |
קודם כל מיז איך מוסף זיין מיין מחאה ברבים קעגן חילול שבת דאורייתא.
צווייטנס מיזטו וויסן אז קוים א האלבע יאהר פאר דעם האט ער מכתיר געווען רבינו שליט"א ביי שירות ותשבחות שבת בראשית, און נאכמער קוים א האלב יאר נאך י"ב אדר ס"ה, ווען עס איז ארויסגעקומען די ספר נאמני מא"ד, האט ער ביי זיך שטארק געטוישט זיין מיינונג, און זייט דעמאלט האט ער טאקע מער נישט גערעדט, און האלט זיך זייער נאנט מיט רבינו שליט"א.
אזא פנים האט עטץ, אז קיין איין בן תורה און די קהלה פון 48 האט נישט געוואלט רעדן ביי די אסיפה כללית, קיין איין, נאר די קרובים וואס זענען נוגעים בדבר, אין א געדינגענער אונגערישע בעל דרשן.
קיינער זיכט נישט איבערצונעמען משה חיים מאנדעלבוים'ס שטעלע! קיינער!
משא"כ ביי אונז אין קהל שערי ציון ד'באבוב האבן אויפגעטרויטען עטליכע בעלי תורה ובעלי דעת, וואס ביז נישט לאנג צוריק זענען זיי גיווען מחשובי הקהלה אין 48, ביז זיי האבן אייגעזען...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2007 00:30 |
|
| |
פרופער
נעבעך
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2007 00:44 |
|
| |
יעצט באקומען צוויי שטיקלעך אינערליכע אינפארמציע פון 48
יעצט באקומען צוויי שטיקלעך אינערליכע אינפארמציע פון 48. (איר קענט אייך איבערצייגען אין די אמת'קייט פון מיין קוואל דורך באשטעטוגען מיינע פריערדיגע תגובות פון די לעצטע צוויי יאהר)
דעת תורה 1. הר"ר חיים דוד בלום האט געהאט א סכסוך מיט מהרב"ץ שליט"א, רח"ד האט געטענה'ט "שב ואל תעשה עדיף" ער גייט נישט דרשנ'ן און נישט וואויטען, און נאך א שעה צייט פון כל ערליי סטראשונקעס האט רב"ץ זיך גענומען צו א נייע טאקטיק און האט מסביר פאר ר' חיים דוד שליט"א אז זיין נישט זיך ארויסשטעלן פאר איהם איז נאך א גרעסערע "עשיה" פון אלעם, ווייל זיין דא און נישט וואויטען איז א בפירוש'ער הוראה פון דעת תורה נישט צו וואויטען, און קיינער וועט נישט וואויטען.
רח"ד שליט"א זייענדיג שטארק אויסגעמאטערט פון איבער א שעה פון טענה'ריי, און זייענדיג אונטער גרויס לחץ, האט ער געמאכט א פשרה פון "שב ואל תעשה" און געזאגט פאר רב"ץ אזוי: רעדן וועל איך נישט און וואויטען וועל איך אויך נישט, איי אויב אזוי וועט קיינער נישט וואויטען, האב איך א עצה, איך וועל אריינגיין צו בי"ד בפני קהל ועדה און נישט וואויטען, האב איך יוצא גיווען שב ואל תעשה לכל הדעות. 1 איך האב נישט געוואויט 2 איך האב נישט געגעבן א הוראה נישט צו וואויטען.
די עסקנים און 48 האבן זיך צוגעכאפט צו דעם ווי צו גאלד, און האבן איהם אריין געברענגט בפני קהל ועדה פאר בי"ד נאך די ערשטע טאג און די ערשטע שעה, און האבן אנגעהויבען בלאזען שופר אז רח"ד שליט"א האט געוואויט און במילא מוז יעדער וואויט'ן.
אבער ברוך השם אז די זאך איז שנעל ארויס גערינען און 48, און א גרויסע עולם איז זיך טאקע מונע פון וואויטען, אזוי ווי מען זעט טאקע אז 48 דארף אהנקומען צו עקסטרעמע מיטלען וי צו סטראשונען אז נאך די מאה ועשרים וועט מען נישט געבן קיין קבורה, פרנסות, וכו' וכו', ווי אויך דארפן זיי צוקומען צו פרעמדע מענטשען וואס זאלן קומען וואויטען, וואס בי"ד זאגט קלאר מען וועט נישט רעכענען, אלץ נאר אפצושטופען די "פאטש" און צו האלטן די מאראל.
(אגב, זיי האבן געבעטען מיינס א נאנטע קרוב וואס וואויט פאר באבוב און נישט פאר 48, אז לכה"פ זאל ער עס טוהן אין 48 און נישט אין באבוב, אזוי אז די עולם גולם זאל כאטש מיינען.....)
דעת בעל הבית 2. א קבוצה פון גאר ערענסטע יונגערלייט האבן זיך צוזאמגענומען און געמאכט א אפמאך אונטער'ן טוש, אז יהי' מה שיהי' וועלן זיי נישט חתמנ'ן מיט די וואס מאכן חוזק פון הייליגע רב ז"ל און מיט די וואס העצן אהן די מחלוקה שוין עטליכע יאהר, סייווי זענען זיי עטליכע צוואנציג יונגערלייט און מען וועט נישט ארויסווארפען אזא גרויסע קבוצה.
אזוי ווי די זאך האט שטארק אפגעקלינגען אין די רייען פון די אנוסים אין 48, האלטן זיך כסדר און איין אהנשליעסן נאך און נאך יונגערלייט און בעלי בתים, און די רשימה האלט שוין ביי העכער 70 חברה.
נו לאמיר זעהן צו 48 וועט ארויסווארפען קרוב צו הונדרעט נפשות, לאמיר זעהן זייער גבורה... ווען זיי וועלן זעהן אין בי"ד ביי די קומענדיגע זיצונג אז אזויפיל חברה האבן זיי אפגענער'ט און אריין אין בי"ד און נישט אויסגעפילט א צעטיל, אזוי ווי רח"ד שליט"א האט געטוהן.
סה"כ נאך פינף וואכן.......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2007 01:29 |
|
| |
promenade
איך בין איבערגעצייגט... איך ווער א קארטשינער. ווען קען מען אריין גיין צום רעבע. איך קען נאר קומען באהאלטענעהייט און היות אלע ווייסען שוין אז דער רעבע נעמט אויף די אנוסים 3 אזייגער פארטאגס, האב איך מורא אז מ'וועט מיך זעהן דארט. איך וויל קומען 8'טע פארטאגס - איז דער רעבע שוין אויף דעמאלס???
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2007 04:35 |
|
| |
הא הא, די ביזט דאך א קארטשינער ביז יעצט, און משה חיים האט דאך דיך איבערצייגט צו בלייבן דארט, נישט קשה, אינטערנעט שרייבערס האבן מיר שוין ב"ה גענוג און נאך, מדארף דיך נישט, איך האב פשוט פארשריבן א פאקט עס זאל בלייבן אין די היסטורי' אין דיין ליצנות ווישט עס נישט אפ.
טראכט אריין וואס פאר א שיינע פלעק'לע דיין רבי וועט האבן אין היסטורי' (אויב ער וועט בכלל פארנעמען אן ארט דארט), אלע בעלי תורה ודעת האלטען דרשות קעגן איהם, און א קליין הייפעלע קרובים ונוגעים נעמען זיך אהן.... הע! נישט קשה... איין בעל דעת וואס האט נאך יא גערעדט... רעדט שוין נישט... און קיינער שלאגט זיך נישט איהם איבערצומענען.....
מילתא דבדיחותא בעלמא.... נ. גינזבערג האט גראדע יא געבעטען אז ער וויל רעדן אנשטאט ר' מח"מ.....
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|