בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

טאליבאן אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2007 19:23 לינק ישיר 
טאליבאן אין ק"י

Kiryas Joel vandals attack car because of how woman dresses
















A native of this Satmar Hasidic village, Toby Greenberg is not unfamiliar with the strict mores of her ultra-Orthodox community.

But she never expected to be persecuted for choosing to dress slightly differently.

Unlike most Kiryas Joel women, who wear long, dark dresses or skirts and simple blouses in public, Greenberg, 25, wears colorful shirts, wigs and denim skirts.

And that, in the eyes of a clandestine group of inquisitors, constitutes immoral behavior.

Greenberg and her husband, Yoel, awoke Tuesday morning to find the tires of their silver Chevy Impala slashed and white oil-based paint splashed on their new, black Mazda CX-7.

Written in white paint on the Mazda were Hebrew words that Greenberg interpreted in English as "get out" and "defiled person."

State police Sgt. Warner Hein said troopers are treating the incident as criminal mischief and are interviewing residents for potential leads.

Troopers are also investigating another incident that occurred about a month ago, in which fliers slandering Greenberg were thrown on Kiryas Joel's streets.

Just before this week's vandalism, Greenberg and her husband received several letters — one was hand-delivered by a Hasidic man.

The man told them that he and 24 other men have decided that the couple should leave Kiryas Joel immediately.

"He had a lot of guts coming up here in person," Yoel said.

Kiryas Joel, a village in the Town of Monroe, is populated by about 20,000 observant Satmar Hasidic Jews.

Kiryas Joel residents hold fast to strict customs considered by many other Hasidim as outdated or archaic.

The Greenbergs said they do not believe that their persecutors are representative of Kiryas Joel, but are rather a fringe group of radicals who have taken it upon themselves to make an example of them.

The couple at first suspected the attacks to be the work of Vaad Hatznius, the equivalent of a morality police group in the village.

But when Toby's family confronted members of the group, they denied responsibility for the acts, she said.

Still, Vaad Hatznius has been suspected of acting through other agents of the community to achieve its ends, she said.

Speaking with a reporter yesterday, Toby wore a bright pink Tommy Hilfiger long-sleeved shirt, a denim skirt with ruffles at the knees and a wig with a copper tint.

Yoel, who works in construction, stood by her, as their 1-year-old daughter, Zlaty, played.

The couple at first thought about ignoring the threats, but changed their minds after their cars were vandalized.

"I want these people arrested," Toby said.

"I want them to pay for my damaged property and to pay for what they are putting my family through."

Professor Sam Heilman, an expert in Hasidic culture at the City University of New York, said Toby Greenberg's plight is not unusual given Kiryas Joel's suspiciousness of change, no matter how slight.

"The whole image she is projecting with her clothing is that of someone who's at home in the modern world, and there are many who are afraid of that in Kiryas Joel," he said.
























An earlier warning to the woman


http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20070907/NEWS/709070320



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2007 23:06 לינק ישיר 

נבוכדנצר

 

1)     שו"ת הרשב"א:

·        הסכימו דעת הקהל למנות אותנו ברורין וכו' וכתוב בתיקוני ההסכמה שיהא רשות בידינו ליסר ולענוש וכו'.

·        וכן הדבר פשוט בינינו וכו שיש תקנה ביניהם על דברים אלו.

 

דאס איז אלעס אויב מ'האט אפגעמאכט און מסכים געווען מתחלה. לאמיך איבער פרעגן, זאג מיר ליבער פריינט, אויף וועלכן ראש הקהל וואלסטו דיך פארלאזט היינט צו פארסירן דיני התורה??!!

וואלסטו געשטימט אז פשוטע בעלי בתים וואס קענען נישט לערנן און וואס זענן נישט עוסק במה השם שואל מעמך, זאלן אונז מדריך זיין?? איך נישט.

 

2)     די ברענגסט אראפ דעם רמב"ם אז א פרוי טאר נישט ארויס גיין אין די גאס.

וואס ווילסטו מיט דעם? די באשמוצט דאך "אלע" פרומע מוסדות וגם סאטמער בתוכם. און וועלכע מוסד איז מען היינט מחנך די בנות זאלן נישט ארויסגיין אין די גאסען. גיי נאר אויף וויליאמסבורג אויף שבת קודש און קוק נאר צו ווי אזוי זיי שפאצירן מחנות ווייז. מאנראו איז סאך מער צושפרייט איז אפשר נישט דא שפאצירן קרענק, אבער נישט ווייל זיי זענן השקפה'דיג דערגעגן. און איך גלייב אויך נישט אז דיין בני בית גייט נישט ארויס "שאפינג".

 

און צווייטנס, ברענג נישט אראפ "רמב"ם'ס" וואס זענן נישט לענין און למעשה, ווייל די ביסט דאך א יודע ספר און די ווייסט גאנץ גוט אז איך קען די אראפ ברענגן א טוץ מיט "רמב"ם'ס" וואס מ'טוט פונקט דאס פארקערטע.

 

די שורה אחרונה איז אז בנין נערים סתירה. יונג אין יארן, יונג אין דעת איז א רעסעפי פאר נישט גוטע קאנסקעווענצן, און ווידלע שריט ברענגט קיינמאל נישט קיין גוטס. און איך בין קלאר ביי די מיינונג אז אויב וואלטן די "קער נעמערס" דאס געמיינט ערענסט וואלט מען געקענט פועל'ן מיט גוטן, נאר מיט זיי "אנלערנן" פילן זיי זיך בעסער אז מ'האט זיך אנגענומען פאר אייבישטענ'ס כבוד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2007 21:30 לינק ישיר 

נבוכד

דו מאכסט זיך צו דו ביזט?

דער מחבר שרייבט בפירוש ז טובי בעיר שהמחום בי"ד עליהם, און אויף דעהם שרייבט דער רמ"א אז זיי זענען ווי א בי"ד הגדול. אבער נישט סתם א וועד משמרת הצניעות צוזאמען געשטעלט פון מערסטנס חולי נפש.

ווייסטו וואס? לאמיך דיך פרעגען.

האט א יידישער קאונסולמען אין מאנסי צו אין ניו יארק א כוח ווי א בית הגדול?
צו אפילו אין ארץ ישראל אין אפרייע שטאט?

ביזטו מסכים אז זיי דארפן א רשות בית דין?

צו אפילו אין בני ברק אדער אלעד, האט די עיריה א כוח צו טוהן וואס זי וויל אלץ טובי העיר?

אוודאי , אבער מיט א רשות בי"ד.

טא וואס האקסטו א טשייניק מיט דיינע רעדער שניידערס. וואו איז זייער רשות בי"ד?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2007 07:22 לינק ישיר 

נאך אמאל, אז מען וועט זיך פירן מיט יעדען מענטש גלייך האט עטץ רעכט, אבער אז די וואס מאכען ארדענונג זיינען נישט בעסער איז דאס א ודאי נישט שייך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2007 06:28 לינק ישיר 
טאליבאנער אידישקייט (פארשידענע סארטן)












______________________

נאר איין ווארט - די ראיה פון "בית דין" מיינט גארנישט אין דעם פאל ווייל דער רמ"א שרייבט דאך אז טובי העיר כבית דין הגדול




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2007 05:27 לינק ישיר 

נבוכדנצר

מחול לך.

די הלכה פון שומרי פרדסים איז א קלארע ראי' צו מיר ווייל "בית דין" דארף שטעלן די שומרים.

איך האב נישט געזאגט אז ר' געציל זאל ארויסקומען מיט סטארשענונג. דאס איז דאך נישט שכל'דיג, אבער פארוואס האט מען זיי נישט "געבעטן" ברבים "פארדארבט'ס נישט אונזער שטאט"?
וואו איז דאס איינהאלטן אין אמעריקא דער לא תגורו?

די שרייבסט אין אן אנדער פארום:
ביי די אלע פלעצער רעדט זיך נישט פון בית דין גדול הדור נאר פון פשוטע ראשי קהילה

זאג מיר ליבער פריינט, אויף וועלכן ראש הקהל וואלסטו דיך פארלאזט היינט צו פארסירן דיני התורה??!!! וואו קען דאס עולה זיין על הדעת איבער צו געבן די תורה און די האנט פון "ראשי הקהלה"?? דאס איז דאך קלאר נאר אויב ס'איז תלמיד חכם עומד על גביהם.
 איך מיין אז אויף דעם פאסט זיך בעסער וואס די האסט פריער געשריבן:
די רגע וואס דער "ראש הקהל" וועט זאגן אז ער "באאויפטראגט" די מעשי אלימות, ווערט יענער אויס ראש הקהל!!
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2007 04:52 לינק ישיר 

הער'זשע אויס

די אטאקעס אויף מיר פערזענליך גלייך איך זייער, מצדי פיל אהן א גאנצן בלעטל פון 15 תגובות מיט כל מיני קללות און זידלערייען אויף מיין חשבון. כ'האב דערפון אן באזונדערן קורת רוח.

ס'איז יתכן אז כ'האב געמאכט א גזירה שוה געבויעט אויף א זאץ וואס כ'האב נישט פארשטאנען דעם ריכטיגן באדייט, בעט איך דיר איבער אויף דעם אנפאל, כ'האב נישט גוט געלייענט.

און צום עצם ענין

דיר באדערט איין זאך, אז כאילו די מענטשן ארבעטן אויף די אייגענע קאנטע, זאג איך דיר מיטן פולן מויל אז ניין, און ווער עס האט די מינדעסטע אהנונג וועט דיר זאגן די זעלבע. דער ועד הצניעות איז געגרינדעט געווארן מיט דער גוטהייסונג פון די מייסדי הקריה, פון די טובי הקהל, פונקט ווי יעדע אנדערע מוסד, פארן וואוילזיין פון די תושבי הקריה. עס איז נישט מעגליך צו עקזיסטירן אהן דעם.

ווען דער מאנסיער וויזשניצער רבי פלעג פארטרייבן מענטשן פון מאנסי קיין מיאמי - האליוואוד - לאס אנזשעלעס - ירושלים - בארא פארק וכו' און צומאל מיט מעסיגע בייזנס, איז אלעס שטיל געווען, אהן אויפזיכט קען א אידישע שטאט נישט עקזיסטירן.

ס'איז זינלאז צו זאגן א ר' געציל אדער ר' פלוני זאל אויסרופן בפומבי יא איך שטיי הינטער דעם, ווייל דער ועד איז א חלק פון די קהילה, און לכאורה (כ'שטעל זיך פאר, ווי ס'איז באוואוסט פון אנדערע פעלער) האט מען שוין געווארנט מיט גוטנס, האט מען נישט געהארכט, האפט מען אז מען וועט פארשטיין מיט בייזנס.

אלנפאלס, ר' געציל לעבט, חי וקים, איהר קענט איהם רופן פרעגן. זיין נומער איז אין טעלעפאן ביכל.

אבער גיין צו די פרעסע אויף אזוינע הייקעלע ענינים אז א שרעקליכער פארברעכן.

אין הלכות חול המועד תקכ"ט זאגט דער טור אז בית דין זאל שטעלן היטער אין די גנות און אין די פרדסים צו היטן דעם המון פון זינד.

פרעגט אנרגיה, ווער איז בית דין? ווייל אמאל האט מען אזוי געטון דארף מען היינט אויך אזוי טון? ס'איז דען דא א בית דין? ווער זענען די מענטשן-שומרים, האט מען געפרעגט דעת הקהל? האבן זיי רעכט צו באשטראפן? טאליבאן? כוליגאנעס? אבער דער מציאות איז אז הונדערטער יאהר האט מען איינגעהאלטן די הלכה, און וואו עס איז מעגליך וועט מען עס ווייטער איינהאלטן אויך אין אמעריקע, ווייל אזוי שטייט אין די תורה. צי דער מוסלעמענער טוט אויך אזוי קען מיר און טאר מיר נישט פאראינטערעסירן. יא, די פרייע אין מדינת ישראל שרייען אז "מדינת ההלכה" מיינט "מדינת הטליבן". וואס זאלן מיר טון.

אבער נישט געזארגט, די רגע וואס דער "ערליכער תלמיד חכם" וועט זאגן אז ער "באאויפטראגט" די מעשי אלימות, ווערט יענער אויס ערליך. ממילא העלפט עס נישט קיין סאך.

תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 11/09/2007 5:03:13




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2007 04:24 לינק ישיר 

 נבוכדנצר שרייבט מיט א פינסטערע קלארקייט:

לויט אנרגיה איז נישטא אין סאטמאר א מנין פרויען וואס ציילן זיבן
עפרא לפומיה

לאמיר פארשטיין וואס די זאגסט:

איך האב דאך נישט געזאגט מער אז די סאמערע מחונכ'דיג טעכטער גייען נישט מיט קיין ריזיגע קליידער און גאנצע שיך און טורבאנס. קומט נבוכדנצר (נישט געטראפן קיין בעסער נאמען? אדער אפשר ווייזט דאס מיט וועם מ'האנדלט דא?) און זאגט אז לויט דעם קומט אויס אז ס'איז נישט דא א מנין נשים אין סאטמער וואס ציילן זיבן!!

איר הערט א צוזאם-שטעל?! ווער נאך קען צונאזאם שטעלן די צוויי זאכן, אויב נישט איינער וואס דע גאנצע קאפ ליגט אים וואו ס'טאר נישט.

און די ביזט טאקע אן עקזעמפל פון א טינקעלער טאליבאנער שמוציאנג וואס אינטערעסירט אים נישט קיין תורה, און נישט קיין שולחן ערוך און נישט קיין מענטשליכקייט, נאר שלאגן, האקן, ברעכן ביינער, גיסן פעינט, שטעכן רעדער, נאכשרייען פינסטערע לאזונגן, און עוקר זיין יעדעם וואס אים געפעלט נישט, און נאכדערצו אנלייגן דאס אויפן שולחן ערוך.

 

פארצייטישע רבנים..... מיין שאלה איז: האט דאס א היינטיגער רב באויפטראגט?

גור'ער רבי...... האט גור'ער רבי דאס בא-אויפטראגט?

שבעה טובי הקהל פון דעם יום התייסדות הקריה בשנת תשל"ד...... האבן זיי דאס באויפטראגט?

ר' געציל שליט"א...... נא, אז ר' געציל האט געהייסן איז דאך דאס דער תירוץ, וואס מאכסטו לאנגע פשט'לך? נאר דאכצעכמער אז די ביזט נישט אזוי זיכער מיט דעם?! און פארוואס איז ר' געציל נישט ארויס געקומען בפומבי אים צו בעטן זיך צו טוישן דאס לבוש? נאר וואס דען, לא דובים ולא יער, ר' געציל האט דאס נישט באויפטראגט.

איך וויל דא זאגן נאכאמאל אז אויב די פרוי גייט נישט אונגעטוען בגדרי הצניעות לויט דעם מנהג המקןם, און זי הערט נישט צו, צו די געבעט פון די רבני העיר
, דאן איז דאך פשוט אז מ'דארף עפעס טוען. די שאלה איז נאר צו האבן די רבנים מחליט געווען אז דא איז טאקע דער פאל אזוי.

אבער איך וועל דאס דערווייל לייגן אויף די חזקה איז די ווילדע כוליגאנעס, וואס פילן גוט מיט זיך בא'טיטל'ן "קנאים", האבן דאס געטוען אויף דע אייגענע האנט אן זיך דורכ-רעדן מיט א ערליכן תלמיד חכם.





 



תוקן על ידי אנרגיה ב- 11/09/2007 4:25:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2007 03:30 לינק ישיר 

ווען מען זאל אויסטיילן דילפלמאס אויף היפאקריטיע, ווער מיינט איר וואלט עס געווינען?

ווער איז א ציוני און  ווער נישט? עס ווענט זיך אין די אינטערעסן,

וועלעכע פרוי איז א "חצופה" ווענט זיך אויך אין די אינטערעסן,

מען האט נישט קיין רעכט צו גיסען פעינט איידער מען פילט אז מען וואלט דאס געטוען אויך פאר א חשוב'ן, צו טשעפען מיט שוואכלינגען וואס האבען נישט ווער עס זאל זיך אננעמען פאר זיי איז נישט ריכטיג,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2007 23:39 לינק ישיר 

איך האב געקלערט אז אפשר כאן משנה ראשונה וכאן משנה אחרונה



תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 11/09/2007 0:31:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2007 23:13 לינק ישיר 

נבוכד

וואס נאך מאכסטו אלץ נאך דעם גערער רבין? פלוצלינג איז ער דיין מורה דרך.
אין אר"י פאליטיק ווי ער האט געהאלטן מיט רוב וועלט, דארט איז ער א ציוני, נאר אין די דאזיקע ענינים וואס ביי זיין אייגענעם עולם איז עס געוועהן א מילתא דתמיהה, דארט ביזטו מיט איהם אל די וועי.

דו האסט געטראפן מיין סתירה,

כדרכך בקודש אדער ליינסטו נישט, אדער קאפטשעסטו נישט, אדער ווילסטו סתם אויסנארן די לייענערס.

די ערשטע תגובה האב איך געפרעגט פאר איחיד וואס שרייבט אז עס איהם קלאהר, האב איך געפרעגט וויאזוי אי זעס איהם אזוי קלאהר, צו ער ווייסט פון א גביית עדות

דאס צווייטע מאהל האב איך במכיוון געשריבן א בי"ד, דוק ותשכח
 .
טאמער האסטו עס נישט באמערקט, איז הוא אשר דיברתי, דו ביזט נישט ביכולת מחלק צו זיין פון א מעשה בי"ד צו א מעשה אלימות פון כוליגאנעס תאבי שררה. 

"אויב דארף מען נישט קיין עדות גמורה ווי דער מחבר שרייבט דארף מען נישט קיין בית דין און אודאי נישט קיין גביות עדות א זאך וואס ווערט געטון אין די גאס איז נישט שייך קיין גביות ביי דיני קנסות "


דער לומדות איז עולה על כולנה. עדות אשה דארף נישט קיין עדות גמורה, דארף עס נישט קיין בי"ד?


"דער עיקר אז די מענטשן ארבעטן מיט טובי הקהל."

אדרבה על זה אנו דנין. ווער זענען דאס די טובי קהל? פארוואס באהאלטן זיי זיך, פארוואס קענען זיי נישט שרייבן א בריעף בריש גלי, אז מבעט דיך אויף א שיינעם אופן ביטע שטער אונז נישט?

תוקן על ידי - baachi - 10/09/2007 23:16:19

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2007 22:38 לינק ישיר 

1. דער גור'ער רבי ר' ישראל זצ"ל פלעג אסאך נוצן אזעלכע און ענליכע שליחים, אין צוגאב וואס ער אליין פלעג טיילן פעטש פאר וועמען ער האט פארשטאנען אז עס קומט זיך קלעפ.

2. קשיא באטשי אבאטשי, דא שרייבט ער



און דא לייקנט ער



אויב דארף מען נישט קיין עדות גמורה ווי דער מחבר שרייבט דארף מען נישט קיין בית דין און אודאי נישט קיין גביות עדות א זאך וואס ווערט געטון אין די גאס איז נישט שייך קיין גביות ביי דיני קנסות

דער עיקר אז די מענטשן ארבעטן מיט טובי הקהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2007 21:55 לינק ישיר 

טענו בחיטין
והודה לו בחטטין

ווי האסטו געזעהן איך רעד דא אז בי"ד דארף עדים מיט התראה, מהאט גערעט צו מדארף א בי"ד אדער לכל הפחות טובי העיר שנתמנו על ידי העיר ע"פ דת של תורה.
 
ענטפערסטו איש כל הישר בעיניו יעשה. ווער באשליסט אז דאס איז פריצות? אפשר איז א שווארץ מלבוש גאהר פריצות, מארגן וועט איינער באשליסן אז סגפעלט איהן נישט בלוי ווייל סאיז צו בית יעקב'דיג.

כל זמן זיי האבן נישט קיין פסק בי"ד זענען זיי טאליבאנעס! מאכן זיך אליין א תורה און צווינגען יעדען נאכצופאלגן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2007 21:45 לינק ישיר 

באטשי דו רעדסט ווי אן עם הארץ און ווי א כסיל וואס פארשטייט נישט פשוט שפראך

ווי א כסיל על שום מה, דער ציוניסט איןבעיה שרייבט טאליבאן שרייב איך איהם אז דאס וואס די דעמאקראטישע פרעסע זוכט היינט אראפצורייסן אלס טאליבאן ווייל די ראדיקאלע מוסלמענער באנוצן זיי דערמיט צו באדראען דעמאקראטישע לענדער מיינט אז די תורה האט זיך געענדיגט ווייל א מוסלמענער האט אדאפטירט דאס ענין

ווי אן עם הארץ על שום מה, אין מיין שולחן ערוך שטייט אז מען דארף נישט קיין עדות גמורה און דער סמ"ע בשם הרמב"ן אז אויך נישט קיין התראה קומט צו גיין דער חכם דורנו באטשי און זאגט אנדערש. במה דברים אמורים ביי א מילתא דעבידא בצנעא אבער א זאך וואס מען טוט בפרהסיא איז לא עלתה על שום דעת "בר דעת" אז מען זאל דארפן עדים און התראה

יעדער פארצייטישער רב האט זיך אזוי געפירט אין זיין שטאט און דער רמ"א אין הלכות נידוי וחרם שרייבט אז מען דארף מנדה זיין ווען עס פעהלט זיך אויס און מען האט נישט מורא אויב יענער סטראשעט אז וועט אראפ פון ועג - זאל ער גיין געזונטערהייט לחרפה ולדראון עולם ופסק הט"ז להלכה כרמ"א שלא כחו"י ע"ש באריכות וכן פסק החת"ס בשו"ת חו"מ (כ'געדענק נישט דעם סימן יעצט אויך די רגע) כדי שלא יבנו במה לעצמם

דברים פשוטים

לויט אנרגיה איז נישטא אין סאטמאר א מנין פרויען וואס ציילן זיבן

עפרא לפומיה

סאטמאר האט מיט גארנישט זיך צו שעמען נישט פון גור נישט פון פאפא נישט פון סקווער נישט פון קיינעם ס'אגרויסער עולם איז דא מער קוצים - קוצים איז פארהאן איבעראל

קומט א ועד הצניעות און וויל נעמען שריט, שרייט מען ניין. ווער שרייט? נישט סאטמארער.

קרומע קעפ

און פאר עס ווייסט נישט האט קרית יואל שבעה טובי הקהל פון דעם יום התייסדות הקריה בשנת תשל"ד (כמובן זענען זיי נישט די זעלבע היינט ווי דאן) און דער וועד הצניעות איז א מוסד געגרינדעט דורך די טובי הקהל און שטייען אין קאנטאקט מיט'ן דיין ר' געציל קיינער טוט גארנישט אליין

פארצייטישע רבנים האבן געהאט אזעלכע "יאסעלע גולם'ס" וועלכע פלעגן טועםן פארשידענע שליחות'ער פאר זיי, אויף "אמערידיש" רופט מען דאס שמוציגע ארבעט, ס'איז גארנישט קיין נייעס

נאר קרית יואל איז אנדערש ווי ס'רוב שטעט למשל בארא פארק וואו יעדער אפפאל קען זיך ארומדרייען מיטן צווייטן מין בגילוי בשר פראנק און פריי און קיינער קען נישט גארנישט זאגן ווייל ס'איז נישטא קיין קהל און נישט קיין טובי הקהל תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 10/09/2007 21:59:03

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2007 19:49 לינק ישיר 

גביר

"דאס איז דאך קלאר אז דאס פארפאלק האלט נישט ביים גיין אזוי ווי ס'איז אנגענומען אין קרית יואל"


ווער האט דאס קלאר געמאכט? סגעווען גבית עדות? אזוי רעדט א בר דעת?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2007 19:24 לינק ישיר 

העתק פונעם פארום "בחדרי חרדים משפחה אידיש".

נאך וואס טאר מען נישט טון? א פורצת גדר און חצופה בפני קהל עם ועדה, און דער עולם מוז אראפקוקן אויף דער ערד? איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מען קען אפילו קלערן אנדערש.

איי וואס איז עס אנדערש פון בארא פארק?

מען דארף זיין נאיוו אדער משוגע צו פרעגן אזא קשיא. קרית יואל האט א סיבה פארוואס מען האט איר געגרינדעט, עס איז פאר סאטמארע אידן, און כידוע ווי שטארק דער סאטמארער רבי זי"ע האט געריסן ביים הארץ אז יעדער זאל אנטוהן שפיצלעך. ער האט עס נישט אויפגעפאדערט בכל חומר הדין, אבער דאס איז לכתחלה געווען זיין רצון. שוין מילא מען גייט  נישט "אזוי" פרום, אבער גאר אינגאנצען אנדערש פון וואס מען ווייסט אין סאטמאר?

דאס הייסט א ריכטיגע פורצת גדר, און אידן זענען נישט מחוייב צו שווייגן ווען אן איינצעלע בת ישראל צאפט זיי דאס בלוט בראש גלי!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > טאליבאן אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext