ווער בלאקירט? דער שטן אדער די קיפעלע
ווי יעדער ווייסט דאך האט זיך עפעס געשטעלט אינעם שופר פון מהרז"ל מסאטמאר דעם צווייטן טאג ראש השנה ביי די תקיעות דמיושב (פאר שמונה עשרה).
ער האט נישט געקענט בלאזן, וויפיל ער האט פראבירט האט ריח"מ פריעדמאן אלץ געזאגט נישט גוט. וויפיל סגולות ר' זריעל האט נאר געהאט אויסגעטראכט האט נישט געארבעט.
צום סוף, נאך 15 מינוט צעגערייען האט ער לרוב חרפתו געמוזט איבערגעבן די תקיעות פאר ר' יוסף טייטלבוים.
גלייך נאך די תקיעות האבן פארשידענע חברה שנעל גענומען דעם שופר פון מהרז"ל (די גע'גנבטע ירושה שופר), און עס באטראכט, צי דער שטן האט זיך טאקע אריינגעשטעלט אינעם שופר, אין פון וועלכע זייט דער דער שטן האט זיך אריינגעשטעלט, פון די שמאלע אדער די ברייטע זייט.
צו יעדנס פארווינדערונג האט מען אבער געזען, אז נישט דער שטן האט בלאקירט די תקיעות פון מהרז"ל, נאר א פשוטע אומשולידיגע האלב צעקייטע קאקאש קיפעלע (פון גאמבא) האט זיך ארויסגעהיסט פון רז"ל בשעת די תשר"ת און געטראפן דעם וועג גלייך אינעם שופר.
היסטאריקער האבן גלייך געמאכט דעם צונויפשטעל אז אויך ביי מרן בעל דברי יואל איז נישט געגאנגען די תקיעות דאס לעצטע יאר.
אנדערע האבן זיך דערמאנט ווען מהרז"ל האט זיך אנגעטאן דעם קיטל,(פון שאפינג בעג) וועלנדיג אוועקכאפן די תקיעות פונעם בירך משה.
די היסטאריקער האבן אבער נישט באוויזן צו ברענגען א פארצייטישע "קיפעלע" עובדא. מ'האפט אז ר' זריעל שליט"א וועט שוין אפירקומען מיט א מעשה וואס ער האט אליין געזען די קיפעלע...
 |
|
|