בית פורומים כל העולם כולו

ר' אייזיק ספינקער עפענט נייע שול

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/9/2007 02:50 לינק ישיר 
ר' אייזיק ספינקער עפענט נייע שול

נאך צען יאר פון ווען ער איז געווארען רבי, און נאך פינף יאר פון ווען ער האט געלייגט א הנחת אבן הפינה אויף ראטליזש פאר די ליידיגע לאך וואס שטייען נאך דארט ביז היינט (און וואס מטאר ח"ו נישט פארקויפען פאר די אהרונים...) האט ר' אייזיק ספינקער ענדליך זיך אריינגעצויגען אין א נייע גרעסערע שול, הארט לעבן די נייע גרויסע בנין פון די סאטמארע ת"ת אויף ווייט עוועניו.
די שול פאר זיך איז באמת א שיינע גרויסע שול, משמועסט אבער אז ער גייט האבען א פראבלעם מיט די סוכה, ווייל די אהרונים האבען דארט א פערמיט צו בויען א סוכה, און זיי גייען מסתם בויען די גאנצע לאט וואס זיי קענען, און סוועט נישט בלייבען קיין געהעריגע פלאץ פאר ר' אייזיק ספינקער צו בויען זיין סוכה. עפעס זאגט מען אז זיי בעטן די אהרונים זאלן נישט בויען אזא גרויסע סוכה, ווייל לויטן חשבון גייט די רבי מסתם במילא נישט אריינקומען קיין אושפיזא אין וויליאמסבורג (משה קומט אויס מוצ"ש, און אושפיזא דאהרן וועט זיכער זיין אין מאנרא) נאר הושענא רבא, וואס דעמאלץ דארף מען נישט אזא גרויסע סוכה, און מזאל איבערלאזן פלאץ פאר זיי צו בויען א סוכה.

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 18/09/2007 3:28:52



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' אייזיק ספינקער עפענט נייע שול
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext