| נשלח ב-18/9/2007 14:17 |
|
| |
ארטיקלען און בילדער אין "דער שטערן" צו ברוטאליש?
מיין זוהן האט א גאנצע נאכט געוויינט נאכן ליינען די שטערן דעם חודש, די בילדער פון למשל אבו-גרייב תפיסה האלט דער עולם אז דאס איז גוט פאר קינדער?
פאר חינוך?
לאזט מיך הערן דעם דעת הקהל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2007 16:01 |
|
| |
אויב ס'איז צי שרעקעדיג זאל ער עס נישט ליינען...
_________________
Support our troops
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2007 16:21 |
|
| |
100% ליידער זענען די ארטיקלען אין אסאך אידיש ליין מאטריאל זייער שרעקעדיג, למעשה זענען מיר אין א וועלט וואס מען האט בילדער פון אלעס, אין ארטיקלען ווערט גענומען פון די נעט וואס איז איבערגעטייטש פון א גוישען שרייבער, איך מיין אז עלטערע מענטשען קענען עס ליינען, אבער פאר קינדער איז שומר נפשו ירחיק מהם, עס קען לאזען א שווערען רושם פון פיל שלאפלאזע נעכט.
איך טוה אביסעל אין חינוך בעז"ה אין די מציאות איז.
אז א קינד ווערט געבוירען רייןמיט א לויטערען קאפ אין וועגען דעם איז עולם עומד על הבל פיהם של תשב"ר זיי זענען דאך אזוי הייליג ממש למעלה מהשגתינו.
נאר וואס דען יצר אדם רע מנעוריו זאגט די תורה הק' פון יונגוואגר אהן ארבעט דער בעל דבר שווער צו אטאקירען דאס ריין לעכטיג שעפעל מיט כל מיני בילדער אין ביכער וואס מיט דעם קומט אריין שלעכטער געדאנקען פאר'ן קינד, אזוי ווי מען זעהט ביי די גוישע וועלט להבדיל בין קודש לחול, ווי זיי שפילען קומפיוטער געימס וואס הרגענען אין שיסען מענשטען אין די באקומסט א גרויסען סקור ווי מער די לייגסט אוועק, די בליט גיסט זיך אויפ סקרין, עד כדי כך אז דער גויאיש אומשילדיג קינד קען גיין אויפ גאס אדער אין סקול אין שיסען די גאנצע קלאס אן קיין שום פחד און מורא ווייל ער טוהט עס שוין יארן לאנג אויף קומפיוטער וכדו.
אויף דעם קען מען זאגען ברוך אתה ד' כו' שלא עשנו גוי, בשמחה רבה ועצומה. טייערע הארציגער פריינד הי"ו, געדענקטס גיט במה יזכה נער את ארחו לשמו כדבריך, די בעסטע וועג איז די דרך התורה, אין די מיט דעם וועט מען אפגעהוטען ווערען פון די אלע שווערע פגעי ומכשילי הזמן.
א פרייליכען יום טוב.
נ.ב. אויב איר האט שאלות בעניני חינוך, עפענטס א נייע אשכול און לאמיר העלפען איינער דעם צווייטען, מ'דארף דאך בויען משיח'ס ארמיי שנזכה בקרוב לביאתו בבנין ביהמ"ק בב"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2007 17:39 |
|
| |
בויען משיח'ס ארמיי דורך חינוך פון אינטערנעט... און דאן זאלן זיי זיין לויטער און הייליג ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2007 19:17 |
|
| |
לכבוד קאמענטאטאר, די אינטערנעט איז א וועג צו פארשפרייטן אידישקייט
יא עס גלייבט זיך כמעט נישט אבער יא.
די גמרא ברענגט אם ישאל לך אדם איה אלקיך זאלסטו ענטפערן בכרכך גדול של רומי, זענען אונזער רבי'ס מסביר אז די רבוש"ע איז דאך דער מסבב כל הסיבות אין געפינט זיך איבעראל אפי' אין רוים די מקור הטומאה, ווייל אויב עס איז נישטא זיין השגחה ב"ה ווערט עס גלייך בטול ומבוטל, דער אינטערנעט הגם עס איז מסוכן פאר די יוגנט, אבער עלטערע אינגעלייט קענען אסאך קונה זיין מיט דעם, מ'קען לערנען הערען שיעורים ש"ס בבלי וכו', די רבוש"ע האט עס געמאכט לייכט פאר אונז צו לערנען יעדער רגע, מיט די אייפודס, די אלע זאכען קען מען ניצען לטוב ולרע, דער מענטש האט א בחירה, אין די תורה זאגט ובחרת בחיים.
דער אינטערנעט איז גלייך צו א גאס ווי מ'קען זיך טרעפען מיט יעדעם, דיין קינד וואלסטו דען געלאזט זיך דרייען אויפ'ן גאס אהן א הגחה? א ודאי נישט הגם דארט איז דא אויך רבנים ערליכע אידען גייען דארט אבער ער קען לייכט פארכאפט ווערן מיט די אלע נישט ריינע זאכען וואס איז דארט. די עצה איז מלערנט אויס די קינד פון יונגווייז אהן אז די גאס איז אזוי ווי א שמאלע בריק פוןדער היים ביז חדר/ישיבה, אין ער דארף אויפאסען ווי ער קוקט אין מיט וועם ער רעדט ער זאל נישט אראפאלען פון די בריק אין וואסער אריין.
די גוים אין די וועלט זענען דאך עם הדומה לחמור, דארף מען געבען צו פארשטיין פאר די קינדער אז די גוים זענען פונקט אזוי זי האבען נישט קיין שום תכלית בחיים, ממילא דארף מען אויף זיי אראפקוקען און חלילה נישט נאכמאכען, ווייל אדרבה מיר האבען די ליכטיגקייט די תורה אין זיי גייען דאך בחשך יתהלכון.
מיר וועלען גארנישט האבען מיט באהאלטען די מציאות, די פאקט איז טויזענטע אינגעלייט נוצען דאס און אפיס למשל, ממילא פארוואס זאל מען זעהן נאר דברים של הבל, לאמיר פארשפרייטען דעם דבר ד', מען דארף דאך באלנסירען די קדושה זאל כאטש זיך לאזען הערען אפילו בכרך גדול של רומי.
תוקן על ידי jewboy ב- 23/09/2007 19:33:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2007 02:20 |
|
| |
שולחן ערוך (או"ח סי' פה ס"ב):
אפי' להרהר בד"ת, אסור בבית הכסא ובבית המרחץ ובמקום הטנופת וכ"ו.
איי מיר ווייסן דאך "לית אתר פנוי מיניה" ?, תיקו !
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2007 02:32 |
|
| |
שובי וניחמתי, כ'האב גארנישט געזאגט, איצט באמערק איך דיין ארטיקל איבער ראשבא"ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2007 05:11 |
|
| |
דער וואס רעכענט אז דא אויפן אינטערנעט איז א ביה"כ זאל מוחל זיין און פארלאזן דעם פלאץ.
אפגעזען וואס מען שרייט און גיסט דערויף, איז עס נישט מער ווי א רשות הרבים וואס אין גאס קען מען זען כל דבר אסור און אנקומען צו די געמיינסטע מקומות טינוף, און פון די אנדערע זייט קען מען אנקומען צו הייליגע פלעצער, בתי מדרשים וכדו'.
עס האט זיך זיינע פראבלעמען, און וועגן דעם דארף מען אכטונג געבן, אבער צו זאגן אז יעדער וואס איז דא, זיצט אין א בית כסא של רבים איז הוצאת שם רע.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2007 07:12 |
|
| |
קאמענטאטאר
קשר1 איז גערעכט, כל פעל ה' למענהו.
א ביה"כ האט גדרים, אדרבה אין וועלכן סעיף פאסט אריין דער אינטערנעט. דו האלסט דא א דעמאגאגישע דרשה?
.דו האסט בכלל דשעי נעט אדער קאשער נעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2007 11:20 |
|
| |
בכל דרכיך דעהו - לכ' מיין טייערע פריינט הצדיק'ל "קאמענטאטער"
שאלה טובה שאלת, איך זעה אז די פרעגסט מיט שכל. וועל איך דיר ענטפערען ע"פ דברי הבעש"ט הק' וואס דאס איז די לייכסטע און קלארסטע דרך בעבודת ד', ביז משיח וועט קומען.
די פרעגסט וואס איז מיט בית הכסא, וואס דארף מען טראכטען אויב עס כולו טומאה ווי קען עס האבען א קיום, נאר די אמת איז אז עס גאר נישט אזוי פשוט, פאר אונז זעהט עס אויס ווי מען גייט אריין און מען קומט ארויס כאילו מ'האקט זיך אפ דארט פון אייבערשטען, חס וחלילה, נאר בית הכסא איז א פלאץ ווי מען איז מפריד פסולת הרע מטוב, וואס די חלק הטוב בלייבט אין מענטש ער זאל קענען אנגיין בתורה ועבודה, ופרנסה למען שמו הגדול, אדרבה די אלע הלכות אין בית הכסא איז נאר דא כדי מען זאל נישט פארגעסען אז מען איז איד דארט אויך, אין פארוואס האט טאקע השי"ת אזוי געטוהן אז מדארף מברר זיין די פסולת בכל יום כמה פעמים, ווייל דעס דערמאנט א מענטש פארוואס זענען מיר דא אויף דעם עולם השפל, נאר כדי צו מאכען א מלחמה יעדער רגע, כי האדם לעמל יולד, אין כסדר מברר זיין פסולת רע מטוב, אין מיט חכמה מקיים זיין ובחרת בחיים, אין זעה דא די הייליגע זיסער ווערטער ממורינו הבעש"ט זי"ע ותלמידיו.
ספר בעל שם טוב על התורה - פרשת נח לב. כל מה שרואה יזכור בהקדוש ברוך הוא, אם אהבה, יזכור אהבת השם יתברך, ואם יראה, יזכור יראת השם יתברך כידוע בכמה מקומות, ואפילו כשהולך לבית הכסא יחשוב הלא אני מפריד רע מטוב, והטוב ישאר לעבודתו ית"ש וזהו יחודים: (צוואת הריב"ש ד"ג ע"ב ע"ש):
ווי אויך ווערט געברענגט אין אור המאיר וז"ל
ספר מאור עינים - פרשת נצבים נמצא כי לית אחר פנוי מיניה והוא מלא כל הארץ כבודו כו' ובא וראה איך אפילו בדבר שפל כמו בית הכסא יש גם כן כמה דינים על זה וכמאמר אותו תלמיד שהלך אחר רבו לבית הכסא ואמר לו תורה היא וללמוד אני צריך כי כביכול התורה מצמצמת את עצמה בכל דבר שהוא להנהגת העולם וזהו שאמר הכתוב (משלי ג', ו') בכל דרכך דעהו כי צריך האדם בכל דבר אשר יעשה או יסתכל שיהא על פי התורה שבדבר ההוא ויאמין בזה אמונה שלימה כי כל הנהגת הדברים היא על פי התורה.
אין אויך ווערט געברענגט בהנהגות מהבני יששכר
ספר הנהגות צדיקים - הנהגות ואזהרות מרבי צבי אלימלך מדינוב ד. בלכתו לבית הכסא יכוין לבער הקוצים מן הכרם דהיינו לבער הקליפות שלא יבטלוהו מעבודת השי"ת, ושלא יעבור על ל"ת בל תשקצו:
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2007 20:25 |
|
| |
באטשי, קודם כל, יא איך האב Jnet דעריבער דארף מען אפשר דן זיין אין וועלכען גדר עס געהערט, אבער זיכער נישט ווי א ביהמ"ד,
חוץ מזה מיין איך אז מ'האט מיך נישט רעכט פארשטאנען, קשר1 ברענגט א גמרא אז הקב"ה געפינט זיך אפילו בפלטרין של רומי, די דעבאטע איז נישט חלילה צו הקב"ה געפינט זיך דארט, מלא כל הארץ כבודו, די שאלה איז צו דארט ברויך מען גיין זוכן דעם דבר ה', און צו דעם האב איך צוגעברענגט דעם משל פון ביה"כ, וואס עכ"ז אז ס'איז נישט קיין ספק אז השי"ת געפינט זיך איבעראל, איז עס אבער נישט דאס פלאץ ווי מ'דארף זוכן ירא"ש, וואס יא, כאטש נישט פארלירן דאס וואס מ'איז קונה אין ביהמ"ד.
און נאכער...

|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2007 22:24 |
|
| |
קאמענטאטאר
אנשולדיג וואס איך האב דיך אומזינסט שוחט געוועהן,
דיין אייקאן צייגט נישט צו שטארק אויף א דשעינעט נוצער.
יעצט קענסטו זאגן דריי מאהל אשרי (מי שחושדין אותו ואין בו)
לעניננו
איך בין מסכים מיט הערשל, דער אינטערנעט איז ווי א ווייס פאפיר. וואס מדפיסים נוצן
דו שיינסט איין אינטעליגענטער מענטש.
וואס דריקט מען מעהר אויף דעהם פאפיר, שמוץ מיט כפירה אדער דברי תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 00:01 |
|
| |
לכ' קאמענטאטער
די האסט דאך געפרעגט, וזה לשונך איי לית אתר פנוי מיניה, און אויף דעם איז די תירוץ גאנץ קלאר.
נאר יעצט פרעגסטו א נייער זאך... צו אינטערנעט איז א פלאץ ווי מ'קען זיכען יראת שמים?
אויף דעם אזי די תירוץ, אודאי יא!
ווייל אויב מען ניצט סיי ווי סיי די אינטערנעט פאר ביזנעס למשל, דאן פארוואס זאל עס זיין מלא הבלים, ווען מ'קען שרייבען דברי תורה וכדו', מ'קען פונקט אזוי לערנען אויף א קומפיוטער ווי און א ספר, און אפשר נאך.
קוק אויף דעם מיט א גוטע אויג, וועסטו זעהן אז מדארף אפגעבען א שבח והודאה להשי"ת אז היינט קען מען לערנען אזוי לייכט, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, די טעקנאלאגיע קען מען ניצען פאר תורה פונקט אזוי, און די עיקר איז בוחר צו זיין בטוב, ובחרת בחיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 20:21 |
|
| |
איך וועל מודה זיין אז מ'קען טרעפן אויפ'ן אינטערנעט שיינע זאכן, און אפשר גאר שיינע זאכן, אבער... איך וואלט נאך אלץ געזאגט אז איינער וואס ווילט טרעפן אידישקייט אדער לערנען א דבר תורה זאל זיכער פרובירן קודם די אנדערע מיטלען. אפילו איר טענה'ט אז די ביזנעסלייט וואס זיצן שוין סייווי אויפ'ן אינטערנעט זאלן שוין כאטש זען אויך אידישקייט אבער נאך אלץ מיין איך איז ענדערש אז אויב קען ער קוקן ערגעץ אנדערש זאל ער דאס טון פאר יענע מינוט און נישט זוכן אידישקייט אויפ'ן נעט. אויפ'ן בעסטן פאל, צי גייט עס דען נישט אריין אין גדר פון אי איכא דרכא אחרינא... נאך אלעם איז יעדער מודה אז דא איז מען ווייט פון זיכער, מען ווייסט נישט וואס עס קען אונטערקומען, וועלכע פון די צוויי עבירות, ממילא איז א גרויסע ספק וואס איז ענדערש. זיך אריינצולייגן אין סכנה אדער ננישט.
און הרב קשר1, איך בין נישט אזוי זיכער אז דער בעש"ט וואלט געשריבן אז ואפילו כשהולך על האינטערנעט יחשוב הלא אני מפריד רע מטוב.
פארגעס נישט אז דער אינטערנעט איז טאקע נישט קיין ביה"ס אבער קען דאך ווערן אנגערופן מיט פיל ערגערע נעמען ווי דאס.... און צווייטנס פארגעס נישט אז ביה"ס איז א "מוז", דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ער זאל מוזן צוקומען דערצו ממילא פרוביר דאס אויך צו מעלה זיין, אבער זיצן אויפ'ן אינטערנעט איז א "טשאויס", און יעדע מינוט וואס איז מעגליך דאס נישט צו נוצן , האב איך מורא דארף מען דאס ענדערש פארלעשן ווי איידער זיצן דערויף און זאגן אז מ'האט אינזין צו מפריד זיין רע פון טוב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2007 16:12 |
|
| |
WHILE YOU ARE DISSCUSSING DER STERN TAKE TIME TO READ HIS EDITORIAL ITS A MUST READ NEVER IN ALL MY READING HAVE I SEEN A BETTER OR BETTER WRITTEN EDITORIAL
CHAZK VAMUTZ
|
|
|
|
|