בית פורומים באבוב

שומו שמים -טעראר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/9/2007 20:54 לינק ישיר 
שומו שמים -טעראר

<* dir="rtl" style="MARGIN-LEFT: 0px"><* dir="rtl" style="MARGIN-LEFT: 0px">


איך קען דאס נישט אויסהאלטן - וואס מיינס א חבר האט מיר היינט דערציילט מיט טרערן אין די אויגן - דער יונגערמאן וויל זיך מישען אין דעם עסק פון די ירושה צוליב זיין התקשרות צו מרן המהרנ"צ ז"ל, וואס מעומקא בליבא האלט ער אז מען דארף געבן פאר די קינדער פון מרן זצ"ל וועלכער האט מיט בלוט און שווייס אויפגעשטעלט באבוב לימין פון אביו רבינו זצ"ל,

אז איינע האט אים געווארענט, אז טאמער שרייבט ער נישט פאר 48, וועט ער איבערגעבן פאר די האויזינג דעפארטמענט, אז ער נעמט סעקשאן 8, 

דער יונגערמאן מוטשעט זיך אין זיין ביזנעס אויף לחם לאכול און בגד ללבוש, און פארמאגט א גרויסע שטוב מיט קינדער, קען קומען איינער און ווארענען אוועק צונעמען פון אים און פון זיינע קינדער דאס ביסן פון מויל, און אחוץ דעם אריינצולייגען יענעם אין א וועסטיגעשאינס וואס קען דרויען תפיסה. שומו שמים.   

ווער דארף חסידות!
ווער דארף טישן!
ווער דארף הקפות!
ווער דארף מצוה טענצלעך!
ווער דארף בעקעשיס מיט סטראקעס!
ווער דארף זילבערנע שטעקען!
ווער דארף גרויסע סוכות!

דאס איז דרך הבעש"ט?
דאס איז צאנז?
דאס איז באבוב?

אסאך יונגעלייט דערציילן וועגן די טעראר, ווי מען ווארענט זיי מיט פרנסות.
א יונגערמאן'ס ווייב האט א חסיד געשטראשעט אז טאמער איר מאן וועט נישט סיינען, וועט זי פארלירן איר דזשאב!

מען האט געווארנט מיט בויקאטן א יונגערמאן מיט א וויין געשעפט!

מען האט געווארנט יונגעלייט מיט קענסלען אינשורענס פאליסעס ביי זיי!

מען שטראשעט מיט אפהאקן ביזנעס קאנעקשאן!

מען רייצט אן עלטערן אויף קינדער!
 
די ליסטע איז צו ביטער, מעשיות איז דא ליידער אסאך!    
 
אויף אזא שוידערליכע צוגאנג ווילען מיר בויען א חסידות מיט ערליכע דורות?
דאס הייסט התחדשות? 
דאס הייסט מאנען תורה!
      
"אילו היה אבינו חיי היה מצטער!

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2007 20:18 לינק ישיר 

בית דין האט שוין אוועקגעשיקט פרעמדע מענטשן פון 48 ביי סיינען - און געזאגט עס איז א שאד די צייט עס איז חספא בעלמא,
נאר מיר ווילן די גאנצע וועלט זאל געדענקן - עס זאל בלייבן אין די חסידישע היסטאריע - אז עס האט פאסירט א געשעעניש - ווי מען האט מיט געוואלד און טעראר ארויפגעצווינגן אויף מענטשען, אונטערצושרייבען א עד חמס וואס איז אינם לפי רוחם.

בית דין האט שוין גאנצע בלעטער אנגעשריבען וואס מענטשען האבן דערציילט וועגן די טעראר און סטראשונקעס.

דער אמת וועט זיגן!
 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/9/2007 20:16 לינק ישיר 
ווי איז ענקער געפיל און רחמנות?


איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר?

 

אין הייליגען ספר יושר דברי אמת, שטייט עטס האטס 52%

לייג צו די אנוסים פון די אינקוועזיציע, נאך 10%

דער דיין פסקענט, מדארף פאלגען די טאטעס, פארלירען מיר נאך 10%

א חלק העלפט נישט קיין דרשות און פעטש,

און זענען גרייט אומצוקימען אויף קידוש השם, און וועלען נישט וואוטען, אראף נאך 15%

 

איז די נארישע 12% וואס איז אונז נעבעך געבליבען,

מוז מען אויך אביסעל שטראשען שלאגען און טראסקענען, פארגינט עטס דאס אויך נישט?

 

וואס פאנעקירט מען דא?

 

פארוואס שרייט ענקער וועלטס באקאנטער דיין און בורר

 הרב בערגער פון מאנטשעסטער, אז באבוב גייט געווינען?

 

פארוואס מיז דער איידעלער פיינער און שטיל שווייגענדער און גאון עולם צ.א.ר. ,

טוישען זיין נאטוער, און האלטען שרייענדיגע און ווילדע דרשות?

 

פארוואס מיז מען ארויסשלפען הג' ר' פ.מ. פון באהעלטעניש,

צוהאלטען א דרשה וואס ברענגט די פארקערטע ריזאלטס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2007 15:41 לינק ישיר 

וַיִּיקַץ... וַיִּישָׁן, וַיַּחֲלֹם שֵׁנִית...
למעשה ענק שטייען דא אין היידפארק, און ענקערע גאנצע קאפ ליגט אין די מכלומר'שטע טעראר, אויפגעמאכט סטראשעריי. איך פארשטיי נישט די געוויין. אויב איז עס ווי ענק זאגן, אז די וואוטס זענען כחספא בעלמא, פארדינען נאר ענק פון דעם.
אדער זענט עטס דיפרעסעד פאר א צווייטע סיבה, און דאס איז ענקערע וועג ווי אזוי ענק לאזן ארויס ענקער ווייטאג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2007 15:33 לינק ישיר 

א פרעמדע אינגאנצן וואס האט 2 טעכטער אין  בנות ציון 48 האט באקומען א טלפון קאל צו קומען וואוטען פאר 48.

דער יוד האט זיך פארענטפערט אז ער האט גארנישט מיט באבוב אין ער וויל זיך נישט אריינמישן אין א פרעמדע מחלוקת האבן זיי עם געסטראש'ט מיט ווארפן זיינע טעכטער פין סקול, שוין איז ער געגאנגען חתמנ'ן.

אזוי ווארטענדיג אין 48 אויף צו חתמנ'ן זעהט ער א ידיד זיינער א נישט באבובער ווי עם שטייט אויכעט אין ווארט אין די ליין.

- פארוואס וואטסו? ביסט דאך נישט קיין באבובער? פרעגט ער עם.

דערציילט ער עם די זעלבע מעשה אז ער האט טעכטער אין בנות ציון 48 אין מ'האט עם געסטראשט מיט ארויסווארפן זיינע טעכטער טאמער קומט ער נישט חתמנ'ן!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/9/2007 19:00 לינק ישיר 
not a bobover

I'm not a Bobover, but I cannot understand the asymmetry  between the sides. 45th has put up a strong argument which is based on sulchan uruch and logic. on the other hand, 48th was not even able to put forward a member of their community who is unrelated to the family or directly involved in the Din torah to argue their case for their olam.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/9/2007 13:14 לינק ישיר 

 

ביי א גט - צו באפרייען א אידישע טאכטער פון עיגון רח"ל - אבער ארויפצווינגן רביסטעווא (כבוד) אויף א מענטש - האלט דער רמב"ם שכופין אותו ?

דאס איז חסידות?




תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 19/09/2007 13:18:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/9/2007 09:28 לינק ישיר 
שיטת הרמב"ם

מנעמט אהן די שיטת הרמבם פון
כופין אותו עד שאומר רוצה שני




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 21:59 לינק ישיר 

פאפקארן!! אייגענע!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 21:55 לינק ישיר 

פאפקארן??? אייגענע???

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 21:26 לינק ישיר 

אמת ויציב!

די דיינים אליין שטוינען און זענען דערציטערט פון די טעראר וואס מען דערציילט זיי, בי"ד איז גובה עדות ביי אסאך וואס האבן באקומען שטראסונקעס.

די גאנצע גאס ווייסן צו דערציילן וואס מענטשן ליידן ביי ענק,
 
מיט דיין לייקענען וועט זיך נישט טוישן דעם אמת.

מיר האבן הנאה צו זעהן ווי א אייגענע דערציילט דעם אמת, וואס גייט ביי ענק פאהר.

די וועלט איז נישט הפקר, והוי זהיר!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 21:23 לינק ישיר 

אה!

לשיטתך:

אילו היה אבינו חיי היה שמח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 21:15 לינק ישיר 

שקר מוחלט!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > שומו שמים -טעראר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext